המשפיעים נועדו: שמחת הברית פון נכד הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן
בבית מדרשו פון המשפיע המפורסם הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב איז היינט פארגעקומען די שמחת הברית פון אן אייניקל פונעם משפיע, בן הנולד ביי זיין זון הרה"ג ר' גדלי' זילבערבערג שליט"א.
בהדרת כבוד האט מען ענטפאנגען די זקני ירושלים נקיי הדעת, דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מנהיג חסידי ברסלב און המקובל הגה"צ רבי אביש ציינווירטה שליט"א. דער משפיע רבי צבי מאיר האט זיך באגריסט מיט די חשובע רבנים במאור פניו, און מען האט דאן אנגעהויבן די שמחת הברית. דער מוהל איז געווען הגה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א און מיט סנדקאות איז מכובד געווארן הגה"צ רבי אביש ציינווירטה שליט"א. מיט ברכות וקריאת השם איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א.
נאכן ברית האט נאכגעפאלגט א מסיבת לחיים לכבוד די שמחה ביי וועלכן מען האט געזינגען עטליכע פרייליכע ניגונים און פארברענגט בדברי תורה. ביים ענדע האט הרה''צ רבי יעקב מאיר שליט"א אנגעוואונטשן די בעלי השמחה און פארן גאנצן ציבור הנאספים.








