top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שלום אסיריך: רירנדע ביקור חיזוק דורך האד' מסאטמאר ביי היימישע ארעסטאנטן אין שוואנגאנק טורמע

  • 27 ביולי
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' עקב • י"ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

א צאל אידן וועמען די השגחה עליונה האט אזוי באשערט אז זיי זענען ארעסטירט אין די שוואנגאנק תפיסה אין אפסטעיט ניו יארק, האבן געשעפט הויפנס מיט חיזוק ביים ביקור חיזוק פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א, וועלכער האט א לענגערע צייט זיך אויפגעהאלטן אין די תפיסה, און האט מחזק געווען די אידן בדברי חיזוק והדרכה וואס האט אויף זיי שטארק עושה רושם געווען.


דער רבי שליט"א וואס איז געקומען צופארן פונעם מקום הנופש אין מנחה דברי יואל אין סוואן לעיק, האט אונטערגענומען דעם באזוך, מיט דער הילף פון חשובע עסקנים וועלכע האבן אונטערווענירט ביי די תפיסה באאמטע צו קענען באזוכן ביי א היימישע סאטמארער חסיד און מחזק זיין די אנדערע אידן וואס געפונען זיך ליידער אין תפיסה, און נאכ'ן מסדר זיין אלע פרטים איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צו די תפיסה, וואו ער האט פארברענגט א לענגערע צייט, זיצנדיג אין די קאנפרענץ צימער אין די תפיסה בין כותלי בית האסורים, צוזאמען מיט די ארטיגע אידן, וועלכע האבן אויסגענוצט יעדע מינוט צו שעפן חיזוק ועידוד פון דעם געהויבענעם באזוך.


במשך א לענגערע וויילע האט דער דער רבי שליט"א געשמועסט מיט די טייערע אידן, וועלכער האבן שפעטער געהאט די געלעגנהייט איבערצושמועסן מיטן רבי'ן אלע זייערע פריוועטע ענינים, ומן ההר אל העם האט דער רבי זיך אראפגעלאזט צו יעדן, מיט דברי הדרכה וחיזוק אויף אלע ענינים. צום שלוס האט דער רבי זיך ווארעם אפגעזעגענט פון די ארטיגע אידן, און יעדן באזונדער געוואונטשן ברכות לרוב, און דערנאך אריין באזוכן דעם אררעסטאנט מחסידי סאטמאר וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן א משך זמן.


בעת די באזוך אין תפסיה האט דער רבי שליט"א זיך אויך געטראפן מיט די ווארדען פונעם טורמע און דער אויפזעהער פון דעם קעמפ סייט ווי רוב יודן געפינען זיך, און דערביי געתשדלט ביי די באאמטע לטובת די אידישע ארעסטאנטן יושבי חושך וצלמוות.


פון דארט איז דער רבי שליט''א ארויסגעפארן קיין קרית יואל וואו ער וועט פוקד זיין דעם ציון פון אמו הרבנית מסאטמאר ע''ה לכבוד די יארצייט און זיך משתתף זיין ביי עטליכע מסיבות בקרב הקהילה.



תגובות


bottom of page