האד' מבאבוב-45 אפגעשטאט באזוך אינעם זומער חדר דחסידי באבוב 45 אין בארא פארק
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י.
פארגאנגענע וואך דאנערשטאג האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א אפגעשטאט א ביקור כבוד אינעם זומער חדר דחסידי באבוב 45 אין בארא פארק. די הונדערטער ילדי החמד האבן ענטפאנגען דעם רבי'ן שטייענדיג אויסגעשוהרט ברחובה של עיר אויף די איין און פערציגסטע גאס פארנט פונעם בנין התלמוד תורה און מקבל געווען את פני הקודש בשירה ובזמרה.
דאן איז די רבי ארויף אינעם זאל פונעם חדר וואו עס איז פארגעקומען די מעמד הקבלת פנים לכבודו פונעם רבי'ן, די צאן קדשים האבן געזוזגען עטליכע ווארימע ניגונים פונעם בעל הילולא די פריערדיגער באבובער רב זי"ע און די ניגונים פון יבלחט"א דער רבי שליט"א.
דער מנהל הרה"ח ר' אברהם בראון הי"ו האט מיט פאסיגע דיבורים מקבל פנים געוועהן דעם רבי'ן און איבערגעגעבן א גריס מהנעשה והנשמע בין כותלי התלמוד תורה וואו די קינדער פארברענגען ווייטער דורכאויס די זומער וואכן מיט א געוואלדיגן התעלות. דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, ארומרעדנדיג מיט א ליבליכקייט צו די תלמידים הקרויים בנים, מיט דברי הדרכה וויאזוי א באבובער יונגל דארף זיך אויפפירן. דערנאך זענען אלע מחנכים און אלע קינדער דורך ביים רבי'ן באקומען פירות און ארויסבאגלייט דעם רבי'ן מיט גרויס שמחה.
שפעטער ביינאכט איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן צום מחנה מתיבתא באבוב 45 אין פארקסוויל וואו דער רבי וועט פארוויילן דורכאויס די זומער וואכן צווישן די תלמידי המתיבתא.











































