געהויבענער שבת אין ירושלים בצל כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א
מיטוואך פרשת לך לך • י' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

שווערע הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה תושבי ירושלים האבן פארלאפענעם שבת נח מיטגעלעבט שעות ארוכות פון תענוג רוחני מעין עולם הבא, ביי די לעכטיגע תפלות און טישן בצל הקודש פון כ"ק האדמו"ר מסקאליע שליט"א, וואס האט געפראוועט דעם פארלאפענעם שבת נח אויף א גרויסע פארנעם אין ביהמ"ד הגדול זוועהיל אין ירושלים.
פרייטאג צונאכטס אריינקומענדיג אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ גאב"ד זוועהיל שליט"א און זיך באדאנקט פאר'ן שיינעם אויפנאמע אינעם ביהמ"ד, דערביי האט דער רבי מכבד געווען דעם זוועהילן רב צו דאווענען מנחה פארן עמוד. צו קבלת שבת און מעריב האט מען זוכה געווען צו הערן קולו בקודש פונעם רבי'ן שליט"א בנעימה עילאה.
נאכן דאווענען זענען די הונדערטע מתפללים ותושבי ירושלים אריבער ביים רבי'ן א לענגערע צייט וואונטשן א גוט שבת, ולעומתם האט דער רבי צוריקגעוואונטשן במאור פניו. די סעודה פאר די פילצאליגע געסט איז געווען צוגעשטעלט בהרחבה אין די זאלן פון בית יעקב הישן.
אנגעהויבן פון ארום צען אזייגער ביינאכט האט זיך אנגעהויבן א מאסיווע שטראם פון מאסן אידן וואס האבן איבערגעפולט דעם היכל הגדול עד אפס מקום. ארום האלב צען האט א שטילקייט ארומגענומען דעם ביהמ"ד ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען בהדרת הכבוד און אנגעהויבן שלום עליכם מיט די סקאליע תנועות בדביקות עילאה.
דאן האט דער רבי מקדש געווען על הכוס בקול חוצב להבת אש און זיך געוואשן צום סעודה. במשך דעם טיש האט דער רבי מכבד געווען די אנוועזענדע רבנים מיט די זמירות שבת. מיטן פסוק האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ גאב"ד זוועהיל שליט"א וואס האט געזאגט א פסוק פון פרשת נח און אויף דעם ארויף האט דער רבי געזאגט תורה איבער א האלבע שעה מתובל בדברי מוסר והתעוררות. במשך לאנגע שעות נאכאנאנד זענען די הונדערטער משתתפים געשטאנען צוגענאגעלט צו די פלעצער און געשלונגען מיט דארשט די דברי אלוקים חיים.
ביים טיש האבן זיך באטייליגט מערערע רבנים חשובים צווישן זיי: כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א, כ"ק גאב"ד זוועהיל שליט"א און זיינע ברודער הרבנים שליט"א, אב"ד רימינוב, הגה"צ ר' שמואל אברהם ראבינאוויטש שליט"א מסקאליע בן הרה"צ ר' יחיאל מיכל מסקאליע זצ"ל ונכד הרה"ק בעל אמרי ברוך מסקאליע זי"ע, נכדי האדמורי"ם מקאפיטשניץ און תולדות אהרן און נאך.
ארום צוויי אזייגער ביינאכט האבן צענדליגע פרחי חסידים ארויסבאגלייט דעם רבי'ן פון ביז ביהמ"ד ביז צו אכסניא, ווי דורכאויס די וועג האבן די בחורים געהאט די געלעגנהייט אנצופרעגן פארשידענע שאלות בעבודת ה' אויף וואס דער רבי האט געענטפערט בטוב טעם ודעת.
שבת צופרי האט מען זוכה געווען צו הערן קולו בקודש פונעם רבי'ן שליט"א ביי תפלת מוסף. נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן דעם קידושא רבא אין ביהמ"ד. מיטן פסוק איז מכובד געווארן הרה"ג ר' שלמה דייטש שליט"א מחשובי רבני קהלת זוועהיל ומדייני מרכז הפוסקים, אויף וואס דער רבי האט געזאגט תורה.
די סעודה עתיקא קדישא האט דער רבי אפגעראכטן אין די זאלן פון בית יעקב הישן אינאיינעם מיט די געסט און אויפגעטראטן מיט לענגערע שיחות קודש, עובדות וסיפורים מאוצרו הטוב.
ביי שלש סעודות האבן זיך ווידער פאזאמעלט א ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה, ווי עס האט דורכגעריסן די ביינער, דעם אויסגעווייקטן 'נשמת' מיטן סקאליע נוסח היורד לחדרי בטן. מיטן פסוק איז מכובד געווארן הרב יודל קופעץ שליט"א יו"ר התאחדות חסידי סקאליע בארה"ק. נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה און דערנאך געשריבן די שמות כנהוג.













תגובות