top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תומכי מוסדות פני מנחם חברותות פון ראש הישיבה הגר"ש אלתר שליט"א וועלן מיטלעבן זעלטענעם שבת ירחי כלה אין פלארידא

לפני 47 דקות
זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פרשת לך לך • י' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

דעם קומענדיגן וואך פ' וירא וועט ראש הישיבה הגאון רבי אלתר שליט"א אפרייזן קיין טעמפא פלארידא וואו עס וועט אפגעראכטן ווערן די יערליכע "שבת חברותא" צוזאמען מיט קרוב צו הונדערט נגידי ומחזיקי מוסדות "פני מנחם" פון איבער אלע עקן וועלט.


די "חברותא" פראיעקט, שליסט אן די נגידים וועלכע זענען א שותפות פאר די פילאנטראפישע סומע פון 360 טויזנט דאלאר, להחזקת מוסדות החינוך פני מנחם, און דערמיט האבן זיי עררייכט די זעלטענע זכי' צו לערנען פערזענליך מיט'ן ראש ישיבה, קומענדיג צו פארן עטליכע מאל א יאר קיין ארץ ישראל בלויז פאר דעם חברותא'שאפט, און אזוי אויך האבן זיי ווען אימער איבער'ן יאר די פריוועליגיע אנצופרעגן ביים ראש ישיבה און מפלפל זיין בשעשועי דאורייתא. דערצו געניסן די נגידים איינמאל א יאר פון א פריוואטן שבת במחיצת הקודש פונעם ראש ישיבה בשבת אחים גם יחד.


אין די פארגאנגענע עטליכע יאר זענען די שבתים אפגעראכטן געווארן אין דזשעארדזשיע, אטלאנטא, און אנדערע מקומות, און היי יאר איז באשטימט געווארן אפצורעכטן דעם שבת אין א פראכטפולן האטעל אין טעמפא פלארידא, וואו עס איז אנגעגרייט א גאר רייכן פארנעם, און בעיקר וועט זיך אלעס דרייען ארום "תורה" מיט אייגנארטיגע תורה'דיגע שמועסן און פאנעלן אויף וואס די תורה'דיגע נגידים קוקן שוין ארויס מיט גרויס שפאנונג.


זייענדיג אין פלארידא וועט דער ראש הישיבה אויך באזוכן און די אידישע קהילה שטאט באקא ראטאן אויף די איינלאדענונג פון די רבני העיר. באזונדער וועט דער ראש הישיבה מאכן א קורצע אפשטעל אין ניו יארק, אונטערוועגנס אהיים קיין ארץ ישראל, לחיזוק עדת צאן מרעיתו און באשיינען עטליכע מעמדים בקרב ק"ק פני מנחם אין אמעריקא.

תגובות


bottom of page