אלפי ישראל אפגעצייכנט הילולא קדישא פונעם הייליגן חתם סופר ביי א צאל מעמדים איבער די וועלט דורך "היכל החתם סופר"
מיטוואך פרשת לך לך • י' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

שטייענדיג נאכן הונדערט זיבן און אכציגסטן הילולא קדישא פון מרנא ורבנא דער הייליגער חתם סופר זי"ע, זענען נאך צענדליגע טויזנטער אידן אלוועלטליך, אונטערן רישומא דקדושה נאכן אפרעכטן די הילולא קדישא מיט גרויס דערהויבענקייט דורך איבערהויפט די טויזנטער אידן וואס האבן מיטגעהאלטן די געהויבענע מעמדי הילולא אהערגעשטעלט דורך ממלכת "היכל החתם סופר".
אין עיר הקודש ירושלים איז פארגעקומען א סעריע גרויסע מעמדים לכבוד די יארצייט, אנגעהויבן מיט סדרי לימוד במשנתו של בעל ההילולא בהיכל ישיבת טשעבין. דערנאך איז פארגעקומען די מעמד סיום כתיבת ספר תורה פאר דעם ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן אין שטאט פרעשבורג, סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע. דערצו איז פארגעקומען א אינהאלטסרייכע פארשטעלונג איבער דאס לעבן און שאפן פון דעם הייליגן חתם סופר זי"ע, און א ריזיגע יריד וואו עס זענען פארקויפט געווארן צענדליגע טויזנטער ספרים פונעם בעל ההילולא.
נאכן סיום כתיבת האותיות זענען פארגעקומען פרייליכע ריקודין לכבודה של תורה. עס האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א, גאב"ד מערב ב"ב, וועלכער האט אויך פארגעזאגט די מזמורי תהלים כנהוג.
דערנאך איז פארגעקומען די גרויסארטיגע סעודת הילולא און סעודת מצוה לגומרה של תורה, אינעם ריזיגן שאטער פארנט פון ביהמ"ד הגדול סלאנים אין די עזרת תורה געגנט אין ירושלים. צווישן אנדערע האבן אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרה"ג ר' יחזקאל טויסיג שליט"א, הרה"ג ר' חיים שמערלער שליט"א אב"ד היכל צבי צאנז ירושלים, הגאון הגדול רבי מיכל זילבער שליט"א ראש ישיבת זוועהיל, הגאון ר' חיים יוסף בלוי שליט"א מרבני העדה החרדית, הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א אבד"ק לעלוב בני ברק, און הרה"ג ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א.
מיט גרויס התעוררות און התרגשות האט א חשוב'ע דעלעגאציע אפגערייזט קיין פרעשבורג צו פוקד זיין דעם ציון הק' און פראווענען דעם הכנסת ספר תורה אין דעם מקום קדוש. אויף די גאסן פון פרעשבורג האט מען געטאנצן לכבוד התורה, אויפ'ן וועג צום בנין מרכז החתם סופר, וואס איז פראכטפול אהערגעשטעלט געווארן דורך ממלכת היכל החתם סופר.
הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א האט דערהויבן דעם ציבור מיט פרייליכע טענץ, און הגה"צ ר' שמואל לודמיר שליט"א אבד"ק פרעשבורג לאנדאן איז מכובד געווארן פארצוזאגן לדוד מזמור.
דערנאך איז פארגעקומען די מעמד עלי' לציון בהתעוררות רב, במעמד הונדערטער אידן, חסידים ואנשי מעשה פון איבער דער גאנצער וועלט. דאן האט מען זיך געוואשן צום סעודת מצוה און סעודת הילולא אין היכל החתם סופר, וואו עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש המעמד הרב יצחק שלמה בלויא שליט"א ספרא דדיינא אינעם בית דין הגדול שבירושלים העדה החרדית, און מען האט געהערט א שיינע דרשה דורך דעם שריפטשטעלער הרב טוביה פריינד שליט"א.
דורכאויס דעם מעמד האבן אויפגעטרעטן הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א גאב"ד מערב בני ברק, הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן, הגה"צ ר' שמואל לודמיר שליט"א אבד"ק פרעשבורג לאנדאן, הגה"צ ר' חיים שמערלער שליט"א, הגה"צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א גאב"ד וויען, און נאך חשוב'ע רבנים, אייניקלעך פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע.
אין דער זעלבער צייט איז אויך פארגעקומען א גרויסע סעודת הילולא אין בארא פארק, אין די זאלן פון עטרת גאלדא, וואו עס איז אויך אפגעראכטן געווארן א ריזיגער אויספארקויף אויף פילצאליגע ספרים פונעם בעל ההילולא.
עס האבן אויפגעטרעטן חשוב'ע רבנים נכדי בעל ההילולא, הרב אהרן צבי פריינד שליט"א יושב ראש, הגה"צ ר' בנציון שטראססער שליט"א אב"ד נייטרא ב"פ, הגה"צ ר' עקיבא לודמיר שליט"א אב"ד פרעשבורג, הגה"צ ר' הערשל היילפערין שליט"א דומ"ץ וויען, הגה"צ ר' צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א אבד"ק תפלה למשה סאטמאר ב"פ, און הגה"צ המשפיע ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א.
דערנאך האט הגה"צ גאב"ד מאטערסדארף שליט"א געמאכט דעם סיום הש"ס, און דערנאך איז פארגעקומען א מעמד התחלת כתיבת ספר תורה פאר א ספר תורה וואס וועט ווערן אריינגעגעבן אין שטאט דרעזניץ, במעון הקודש פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע.















































תגובות