חו"פ הגה"צ רבי שמואל מאיר בלום שליט"א זון פון הגה"ק בעל ברכת שמים מקאשוי זצ"ל אויפגענומען אלס גאב"ד קרית קאשוי
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' עקב • י"ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם פארגאנגענעם שבת איז פארגעקומען די מעמד הכתרה אין דעם שיינעם חסידישן שטעטל אין קרית קאשוי, שטייענדיג פיר חדשים נאך דער הסתלקות פון הגה"צ רבי יוסף יהושע העשיל בלום זצ"ל, גאב"ד קרית קאשוי, ווען די כסא הרבנות איז געשטאנען ליידיג שאפנדיג א גרויסן חלל, האבן די ראשי הקהילה, צוזאמען מיט די עלטערע תושבים פון שטעטל, מכתיר געווען אלס מרא דאתרא דעם עלטערן ברודער פונעם רב ז''ל, הגה"צ רבי שמואל מאיר בלום שליט"א, דער דריטער זון פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל ברכת שמים מקאשוי זצ"ל.
דער נייער רב שליט"א איז שוין לאנגע יארן פון די חשובע פני העדה אין קרית קאשוי. כל ימיו האט ער געדינט דעם אויבערשטן בהצנע לכת, ער איז שטענדיג געווען ארויפגעקוקט ביי יעדן מיט זיין זעלטענע אצילות און ענוות חן שטיל און באשיידן, זייענדיג א בורח מן הכבוד, און האט זיך אלץ מבטל געווען מיט א זעלטענע הכנעה צו זיין יונגערן ברודער, דער רב זצ"ל. נאך מערערע הפצרות האט ער אצינד מסכים געווען אנצונעמען דעם עול הרבנות, צו ווייטער פירן די קהילה אויפ'ן דרך המסורה.
צוגלייך איז אויך אויפגענומען געווארן אלס רב הצעיר פון קרית קאשוי הרה"ג רבי יודל פירטה שליט"א, איידעם פון הגה"צ גאב"ד קרית קאשוי זצ"ל, און זון פון הרה"ג רבי יעקב בנימין פערטה שליט"א, רב ביהמ"ד שיח חיים קאשוי אין מאנסי, וואס איז אן איידעם ביי כ"ק אדמו"ר בעל שיח חיים מקאשוי זצ"ל.
די הכתרה האט זיך אנגעהויבן פרייטאג צו נאכטס, פאר קבלת שבת, אינעם בית המדרש הגדול אין קרית קאשוי, ווען דער ברודער פונעם נייעם רב, הגה"צ רבי משה מנחם בלום שליט"א, האט בשם כל הקהל הקודש אפיציעל מכתיר געווען זיין ברודער אלס רב ומרא דאתרא, און אים אנגעוואונטשן ער זאל זוכה זיין צו פירן די עדה הקדושה על מי מנומות, מתוך אריכות ימים ושנים, און זיין די ריכטיגער שליח, ממשיך צו זיין דעם הייליגן דרך פון זיינע אבות הקדושים.
צומארגנס, נאך תפילת שחרית, איז פארגעקומען א גרויסע קידושא רבא לכבוד דער הכתרה, בהשתתפות די תושבי העיר און פילע געסט. צווישן די אורחים חשובים חשובים איז געווען הגה"צ אב"ד יעמערינג שליט"א, דער עלטסטער איידעם פונעם בעל ברכת שמים מקאשוי זצ"ל, וועלכער האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה לכבוד המאורע און ארומגערעט איבער די איבערגעגעבנקייט פונעם רב שליט"א צו זיין גרויסן פאטער אין אלע זמנים, און גערעט גאר שיינע שבחים און הפלגות אויפן נייעם רב שליט"א, זאגנדיג אז ער איז ראוי לאותו איצטלא משמש צו זיין ברבנות אין דעם הייליגן מקום, און זיין דער שומר הגחלת ווייטער, צו שטיין כחומה בצורה קעגן די נסיונות הדור, בדרך אבותיו.
באזונדער האט ער אויך אנגעוואונטשן דעם רב הצעיר, הרה"ג רבי יודל פערטה שליט"א וואס איז שוין לאנג פקיע שמי' ביי די תושבי הקריה מיט זיין כח התורה וההוראה, אז ער זאל זעהן גרויס הצלחה, און זיין א געטרייער עזר בקודש פארן רב שליט"א, בהנהגת העיר, אין אלע רוחניות'דיגע אנגעלעגנהייטן, מתוך הרחבת הדעת און סייעתא דשמיא.

