האד' מדושינסקיא נעמט אויף חתנו הגדול הגה"צ ר' שמואל זלמן שפיטץ שליט"א אלס רב ואבד"ק דושינסקיא אין הר יונה
- לפני 30 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' עקב • י"ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט איבערגיסענדע פרייד איז אויפגענומען געווארן צווישן חסידי דושינסקיא די בכל אתר ואתר און תושבי הר יונה בפרט, די ידיעה מרנינה, אז בהורמנא דמלכא פון כ”ק אדמו”ר מדושינסקיא שליט”א איז אויפגענומען געווארן חתנו הגדול הגה"צ רבי שמואל זלמן שפיטץ שליט"א לכהן פאר צו דינען אלס רב פון קרית דושינסקיא המעטירה אינעם נייעם חסידישן ישוב הר יונה.
די דושינסקיא קהילה אין הר יונה ציילט היינט צוטאגס איבער הונדערט משפחות אין צוגאב צו נאך 150 משפחות וועלכע גרייטן זיך ארויסצוקומען אהין וואוינען אין די נאנטע צוקונפט, און איז כסדר מרחיב די גבולי הקדושה מיט מוסדות הקדושים לבנים ובנות, וואס ווירבלען מיט פילצאליגע חסידים וועלכע האבן קובע משכנם געווען אין די שטאט, און האלטן זיך צוזאמען כאיש אחד בלב אחד תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, וואס עינו ולבו שם כל הימים. דער רבי שליט"א באגלייט כסדר די קהילה מיט א געוואלדיגע עינא פקיחא, צו פארזיכערן בעזהשי"ת די הצלחה פון די קהילה און מוסדות.
במשך די לעצטע עטליכע יאר ווערט די קהילה כסדר באגלייט פונדערנענט דורכן שליח נאמן לשולחו הגה"צ רבי שמואל זלמן שליט"א, וועמען דער שווער, דער רבי שליט"א, האט כסדר ארויסגעשיקט קיין הר יונה זיך אומצוקוקן אויף די קהילה פונדערנענט, און ער האט געדינט אלס ידא אריכתא פון די חסידים תושבי המקום צום רבינ'ס שטוב.
אצינד איז געמאלדן געווארן די בשורה מרנינה, אז די קומענדיגע מיטוואך עקב הבעל"ט אין דעם גרויסן טאג פון חמשה עשר באב וועט אי"ה אפגעהאלטן ווערן דער מעמד ההתמנות, ווען דער רבי שליט"א וועט ממנה זיין חתנו חביבו רבי שמואל זלמן שליט"א אלס רב ודומ"ץ פון די קהילה. דערביי וועט דער נייער רב שליט"א זיך קובע משכנו זיין אין הר יונה, לעמוד לפני העדה לשרתם בעניני הוראה און מיט אלע ענינים פון דער הרחבת גבולי הקדושה אין די שטאט, ווי זיין אנווזענהייט וועט געוויס דערהייבן די דושינסקיא קהלה און די גאנצע ישוב הר יונה בכלליות.
דער רב שליט"א איז א זון פון הגאון המפורסם רבי יהושע חיים ארי' שפיטץ שליט"א ראש ישיבת ווילרייק אין אנטווערפען, און אן אייניקל פון הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען בעל ויען דוד. מיט א יאר צוריק איז ער אויפגענומען געווארן אלס מו''ץ אין די עדה החרדית און בנוסף שטייט ער שוין לאנגע יארן אין שפיץ פון די ראש כולל להוראה אינעם הכוללים תרביצ"א דושינסקיא, און דינט אלס מגיד שיעור און משפיע אין די ישיבה גבוהה דחסידי דושינסקיא.
די בשורה מרנינה איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס פרייד דורך עדת חסידי דושינסקיא תושבי הר יונה און די צוקומפטיגע תושבים צוגלייך, וועלכע קוקן ארויס מיט גרויס שפאנונג צום גרויסן מעמד הכתרה דעם מיטוואך, מיטן השתתפות כבוד פון די רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וואס וועט אנקומען אויף א באזוך אין שטאט צו באשיינען די מאורע.


