top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה עצומה אין סאדיגורא: בן זכר למזל טוב געבוירן ביי האד' מסאדיגורא

  • 21 ביולי
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

א שטראם פון שמחה האט יעצט נאכמיטאג אין ארץ ישראל ארומגענומען חסידי סאדיגורא בכל מקום שהם, מיט די בשורה משמחת איבער די געבורט פון א בן זכר למזל טוב ביי רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א. דער ניי-געבוירן קינד איז דער פינפטער קינד ביים רבי'ן שליט"א בלי עין הרע, זייענדיג נאך א רינגעלע אין די גאלדענע קייט פונעם הייליגן דינאסטיע לבית רוזשין סאדיגורא ציהט זיך ווייטער לשם ולתפארת.


דעם קומענדיגן שבת ואתחנן - שבת נחמו וועט פארקומען דער שמחת השלום זכר, וואו הונדערטער חסידים פון נאנט און ווייט וועלן מיטהאלטן דעם שבתא דריגלא אינעם סאדיגורא הויף אין בני ברק.


אין די טעג דערנאך וועלן געפראוועט ווערן א רייע מעמדי שמחה, במקהלות עם רב, אנגעהויבן מיט די וואך נאכט, קריאת שמע ליינען, און דער ברית מילה, ביי וועלכן מאסן חסידים ואנשי מעשה וועלן זיך מיטפרייען בשמחתו הגדולה פונעם רועה נאמן דער רבי שליט"א.



תגובות


bottom of page