האד' מוויזניץ שרייבט אונטער אויף 'מצוה צעטיל' פון אור אייניקל נאכן פארהערן לימודי ת"ת
- 21 ביולי
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' ואתחנן • ז' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם זונטאג אינדערפרי האט איינע פון די מלמדים פון תלמוד תורה וויזניץ אשדוד ערהאלטן א איבערראשענדע מצוה צעטיל פון איינס פון זיינע תלמידים, אן אור אייניקל פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א לרפו"ש, וואס איז געווען אונטערגעשריבן בחתימת יד קדשו פון זיין עלטער זיידע דער וויזניצער רבי ווי ער איז מעיד אויף דעם הצטיינות פון זיין באליבטן אייניקל נאכן אים פארהערן אויף גאנץ מסכת ברכות.
ווי שוין איינגעפירט אין אלע דורות, קומען די קינדער אין חדר נאך שבת מיט א מצוה צעטיל, ווי די עלטערן שרייבן איבער די התנהגות פון די קינדער אינדערהיים, און איבער זייערע קענטעניסן אין די לימודים פון די וואך.
די וואך זונטאג, ווי ערווענט, איז אנגעקומען א איבערראשענדע 'מצוה צעטיל' אין תלמוד תורה צמח צדיק וויזניץ אין אשדוד, ווען הילד מרדכי האגער, אן אור אייניקל פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, זון פונעם רבינס אייניקל הרה"ג ר' מנחם מענדל האגער שליט"א, איז אנגעקומען מיטן מצוה צעטיל בחתימת יד קדשו פון זיין זיידן דער רבי שליט"א.
אויפן מצוה צעטיל שרייבט דער פאטער פונעם קינד הרה"ג ר' מנחם מענדל האגער שליט"א, אז דעם פארגאנגענעם שבת פרשת דברים שבת חזון זענען זיי ארויסגעפארן קיין בני ברק צו וויילן שבת בצל קדשו פונעם זיידן דער רבי שליט"א וועלכע האט געוויילט אין קרית וויזניץ בני ברק בקרב חסידיו, נאך א צייט אפשניט פון עטליכע וואכן ווען דער רבי שליט"א האט נישט געוויילט אין בני ברק, און מוצאי שבת איז דער אייניקל כמר מרדכי נ"י אריין בקודש פנימה צום עלטער זיידן דער רבי שליט"א, און דערביי אויסגענוצט די געלעגנהייט און פארגעשטעלט פארן רבי'ן אז ער האט נארוואס מסיים געווען אין חדר גאנץ מסכת ברכות.
דער רבי שליט"א האט מיט א געוואלדיגע קורת רוח פארהערט דעם באליבטן אייניקל איבער עטליכע סוגיות אין די גמרא, ווי דער אייניקל האט געענטפערט מיט א געוואלדיגע בהירות און ארויסגעוויזן א זעלטענער בקיאות. זייענדיג אונטערן איינדרוק האט דער רבי שליט"א בכבודו ובעצמו אונטערגעשריבן אויפן מצוה צעטיל ווי ער איז מעיד אז ער האט פארהערט זיין באליבטן אייניקל ער האט געענטפערט אלע שאלות על בוריו מיט א געוואלדיגע קלארקייט.
זונטאג אינדערפרי אנקומענדיג אין תלמוד תורה האט דער מלמד פונעם קינד איבערגענומען דעם מצוה צעטיל מיט א זעלטענע איבערראשונג, זייענדיג די געשפרעך פונעם טאג אינעם גאנצן תלמוד תורה.





תגובות