top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי ישראל וועלן זיך מיטפרייען ביי סעודת הודאה פון צדיקי בית סקולען בחצר הקודש סקולען מאנסי

  • לפני 14 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' ואתחנן • ו' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

ברגשי שמחה גרייטן זיך אלפי תושבי ניו יארק און בפרט תושבי מאנסי והגלילות אפצוגעבן א שבח והודאה להשי"ת אויף די גרויסע חסדים בהצלת צדיקי בית סקולען זצוק"ל, ביי די גרויסארטיגע סעודות הודאה וואס וועט אפגעראכטן ווערן בחצר הקודש סקולען אין מאנסי.


דער זמן פון "מוצאי שבת נחמו" גייט שוין יארן לאנג סינאנים ביי חסידים ואנשי מעשה, מיטן נאמען "סקולען" זייענדיג די גורל'דיגע נאכט ווען דער ראש השושלת כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זצוק"ל צוזאמען מיט בנו כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצוק"ל זענען באפרייט געווארן פון די ביטערע תפיסות אין רומעניע, וואו זיי האבן געשמאכטעט פאר'ן חטא פון פארשפרייטן אידישקייט צווישן די ארטיגע אידן.


במשך אלע יארן זענען אידן חסידים ואנשי מעשה זיך צוזאמגעקומען ברוב עם, און אפגעגעבן שבח והודיה להשי"ת אויף די גרויסע חסדים, ווען דערביי האט מען מיטגעהאלטן די נאסטאלגישע שירות ותשבחות, פארגעזינגען מיט אזויפיל נעימות און חן דורך די צדיקי בית סקולען זצוק"ל.


אין שטאט מאנסי גייען שוין אן די פיבערהאפטיגע הכנות צום גרויסארטיגן צענטראלן מעמד סעודת הודאה, וועלכע קומט פאר ווי יאר יערליך דעם מוצאי שבת נחמו במעמד קהל רב, וואו אידן חסידים ואנשי מעשה האבן די מעגליכקייט זיך מיטצופרייען ביי די שמחה הרוממה, און אינאיינעם זיך מיטפרייען מיט'ן בית צדיקים יעמוד און די אור העבודה וועלכע די סקולענע רביים האבן אונז איבערגעלאזט.


פון די ועד המסדר ווערט געמאלדן איבער דעם שינוי מקום, נאך וואס דער מעמד האט ארגינעל געזאלט פארקומען אין די עטרת גענענדל זאל, האט מען באשלאסן אריבערצופירן דעם גרויסארטיגן מעמד צו די זאלן פון עטרת חיה שרה, וועלכע איז פיל פראקטישער, צוגעשטעלט מיט אלע נויטיגע איינריכטונגען צו קענען אקאמאדירן דעם ריסיגן ציבור תושבי מאנסי און פון די אנדערע שטעט וועלכע קומען זיך באטייליגן ביים מעמד.


נעמענדיג אין באטראכט דעם פאריעריגן געדרענג ביים סעודת הודאה, האט מען אריינגעלייגט גרויסע כוחות צו קענען פראקטיש אהערשטעלן דעם זאל און אלע פרטים על צד היותר טוב, מיט באזונדערע פלעצער און אריינגענג פאר רבנים, אנשים מכובדים, און א עזרת נשים פאר פרויען.


אין די זעלבע צייט קומען פאר העפטיגע צוגרייטונגען צום גרויסן שבת ההודאה, ווען א גרויסער ציבור חסידים ואנשי מעשה וועט שוין אויף שבת קודש נחמו וויילן בצל הקודש, זייענדיג פון די שיינע שבתים אין יאר בחצרות סקולען.


אידן פון אנדערע שטעט וועלכע קומען צופארן אויף שבת ווערן געבעטן זיך איינצושרייבן צו קענען צייטיג אנגרייטן אש"ל, אויף מערכת סקולען. 605.313.4541 - #7



bottom of page