מסע הקודש "יזכור אהבתם" דורך האד' מקרעטשניף סיגעט קיין בישטינא; שבת התעלות אין אתרא קדישא ליזענסק
- 26 ביולי
- זמן קריאה 3 דקות
זונטאג פ' עקב • י"ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מ.א. נוימן
א שיינע קבוצה חסידים ואוהדים פון איבער די וועלט האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן דעם ערשטמאליגן און דערהויבענעם מסע הקודש בראשות כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א לערי אבותיו אין אייראפע, מיטן ציל פוקד צו זיין דעם ציון הק' פונעם זיידן הרה"ק רבי מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע אין די ימים המסוגלים פון די ניין טעג.
די יעצטיגע נסיעה האט געטראגן א באזונדערן באדייט, שטייענדיג נאך בתוך שנת האבל נאך די הסתלקות פון אביו הגדול כ"ק מרן אדמו"ר בעל "רזא דאמונה" מקרעטשניף סיגעט זצ"ל, וואו עס ליגט נאך איינגעקריצט אין די ביינער די יערליכע נסיעות וואס דער רבי זצ"ל האט אונטערגענומען קיין בישטנא, און בפרט די לעצטע נסיעה מיט גענוי א יאר צוריק – בלויז א חודש בעפאר די הסתלקות – וואו דער רבי ז''ל האט אראפגעלייגט אן אויסטערלישע עבודה ביים ציון הקדוש.
די געהויבענע נסיעה האט זיך אנגעהויבן מיטוואך נאכמיטאג, ווען דער רבי שליט"א האט פארלאזט די שטאט אנטווערפן וואו ער האט געוויילט די לעצטע וואך לטובת מוסדותיו, און זיך ארויסגעלאזט קיין בודאפעסט, פון ווי מען האט ממשיך געווען קיין קערעסטיר. נאך מעריב האט דער רבי באזוכט אין "ר' ישעי'לעס גאסט הויז", נישט ווייט פונעם ציון הק'.
דאנערשטאג צופרי נאך שחרית אינעם ביהמ"ד פונעם הכנסת אורחים האט דער רבי געפראוועט א שולחן לחיים לרגל מלאת י"א חודש להסתלקותו פון אביו דער "רזא דאמונה" זצ"ל, וואו דער רבי האט משמיע געווען דברי הכנה איידערן פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם מופת הדור הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע.
נאך די געהויבענע מעמד התפילה ביים ציון הק' אין קערעסטיר מתוך השתפכות הנפש, האט מען ממשיך געווען קיין אוהעל פוקד צו זיין דעם ציון הקדוש פון דער הייליגער "ישמח משה" זי"ע שטייענדיג אין די דריי טעג פון די יארצייט. נאך מנחה אינעם בנין הכנסת אורחים אין אוהעל האט דער רבי ממשיך געווען קיין ראצפערט צום ציון פון זקינו הרה"ק רבי הירצקא מראצפערט זי"ע.
באישון ליל, אום 3:00 אזייגער פארטאגס, איז מען אנגעקומען צום הויכפונקט פונעם נסיעה – די שטאט בישטנא. ביים אריינגאנג אינעם אוהל הקדוש האט זיך דער רבי באגעגנט מיט אחיו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף וויליאמסבורג שליט"א און זיך ווארעם געוואנטשן מען זאל פועל'ן אלעס גוטס. נאך מעריב אינעם הכנסת אורחים איז דער רבי צוגעגאנגען צום ציון המצוינת, געזאגט ספר רביעי שבתהילים, און דערנאך פארגעזאגט "לדוד ה' אורי" און "שיר המעלות" פסוק פאר פסוק, מיט גרויסע בכיות וואס האט ווי געשפאלטן הימלען און געעפנט די שערי רחמים. נאך "קל מלא רחמים" האט דער רבי משמיע געווען דברי התעוררות, און דער ציבור האט געזונגען די הייליגע ניגונים פונעם הייליגן רבי ר' מרדכי'לע ווען קיין אויג איז נישט געבליבן טרוקן.
דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך וואס האט אנגעהאלטן קרוב צו פיר שעה, ווען דער רבי נעמט אויף די חסידים יעדן באזונדער בפתקי דרחמי און בענטשט יעדן איינעם בכל משאלות לבו לטובה. צופרי נאך שחרית אינעם הכנסת אורחים האט מען ממשיך געווען קיין אתרא קדישא ליזענסק וואו עס איז געפראוועט געווארן דער שבת מרומם במחיצתו פונעם הייליגן רבי ר' אלמילך זי"ע, אינעם בנין הכנסת אורחים "רבי אלימלך'ס הויז".
די תפילות און טישן זענען אפגעראכטן געווארן אין א געהויבענע אטמאספערע אויפן קרעטשניפער שטייגער בשלהבת אש קודש. דער טיש ליל שב"ק האט זיך פארצויגן ביז ארום 5 אזייגער פארטאגס. בצפרא דשבתא זענען די עליות פארקויפט געווארן פאר גרויסע סכומים להוצאות הנסיעה, ווען דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הנגיד ר' הערשל לעוו שליט"א פון לאנדאן. ביים מיטאג-טיש האבן אויך אויפגעטרעטן הגה"ח רבי מנחם וויס שליט"א ראש ישיבת אושפיצין און הרה"ח רבי יואל שפיטצער שליט"א יו"ר "רפואה העלפ-ליין".
מוצאי שבת נאך הבדלה איז מען ארויף צום מעמד "בוקע רקיעים" ביים ציון הקדוש פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, וואו דער רבי האט משמיע געווען דברי התעוררות און דער ציבור איז דורך מיט קוויטלעך. זונטאג אינדערפרי האט דער רבי מיט די פמליא זיך צוריקגעקערט קיין ארץ הקודש, מיטנעמענדיג מיט זיך א באגאזש פול מיט השפעות וישועות פארן גאנצן כלל ישראל.













































































תגובות