top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א דינט אלס מוהל ביי ברית פון אייניקל ביים חברותא האד' מפינסק קארלין

  • לפני 3 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' עקב • י"ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן

דעם פרייטאג ערב שבת האט דער פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א געדינט אלס מוהל ביים שמחת הברית מילה פון אן אור אייניקל פון זיין חברותא כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול פינסק קארלין אין די בית ישראל געגענט אין ירושלים.


דער זיידע כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א האט אנטפאנגען דעם רב שליט"א מיט גרויס כבוד און הערצה און אים מכבד געווען צו זאגן די ברכות און קריאת השם. נאכן ברית האט הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א געבענטשט דעם רך הנימול כדרכו בקודש, און דערנאך אריבער צום היכל השולחנות וואו ער האט זיך געזעצט צו א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט'ן זיידן האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א אין ביהמ"ד, און פארברענגט בשיחת רעים איבער פארשידענע ענייני ברית מילה והמסתעף.


דערנאך האט דער פינסק קארלינער רבי פארבעטן דעם רב שליט"א צו משמיע זיין דברי ברכה און זינגען א פרייליכע ניגון לכבוד די שמחה. נאכן אנגעוואונטשן אלע בעלי השמחה, האט הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א פארלאזט די ביהמ"ד ווערנדיג ארויסבאגלייט דורכן רבי'ן שליט"א ביותרת הכבוד.



bottom of page