top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שהחיינו וקימנו: חסידי דזיקוב וויזניץ וועלן עקסטאזליך מחנך זיין נייעם ביהמ"ד הגדול אין בית שמש דעם א' סליחות

  • 27 ביולי
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' עקב • י"ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט איבערראשנדע שמחה עצומה זענען חסידי דזיקוב-וויזניץ נתבשר געווארן איבער די לאנג-ערווארטעטע חנוכת בית ה', ווען בשעטומ"צ וועט מען ביז אייניגע וואכן זיך אריינציען און באנייען דעם נייעם גיגאנטישן בנין מרכז העולמי דחסידי דזיקוב וויזשניץ אין שטאט בית שמש, נאכן ענדיגן שלב א' פונעם פראיעקט.


דער נייער מרכז העולמי בויט זיך שוין די לעצטע צוויי יאר מיט א שנעלע פארשריט, לשמחת לבם פון די גאנצע עדה הקדושה חסידי דזיקוב וויזשניץ וואס זענען חוסה בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א, וועלכער האט אין לויף פון די לעצטערע יארן אוועקשטעלט דעם הייליגן חצר אין שטאט בית שמש.


דער בנין החדש געפינט זיך אויף רחוב תפארת נפתלי אין הארץ פון שיכון דזיקוב וויזניץ, א בנין גדול ומפואר, וואס נעמט אריין א היכל האדיר פארן ביהמ"ד הגדול, א ריזן היכל הטישן, חדרי תפלה, די עזרת נשים, א מקוה מפוארה, א חדר פרטי פונעם רבי'ן, און נאך פילע צוגעהערן למען באי בית ה'.


נאך די גאלאפירנדע בוי-פארשריט די לעצטע צוויי יאר, און די פילע מיליאנען דאלארן וואס דער פראיעקט האט שוין אפגעקאסט ביז אהער, איז די בשורה פון חנוכת הבנין נתבשר געווארן דורכ'ן מנהיג העדה זעלבסט, ווען דער רבי שליט"א האט דעם מוצאי ת"ב נאך קידוש לבנה מבשר געווען פאר'ן ציבור אז דעם קומענדיגן מוצאי מנוחה, ליל א' דסליחות, וועט מען מחנך און מקדש זיין דעם בנין החדש מיט די תפילות בוקע רקיעים ביים אריינטריט אין די ימים הנוראים, ווען דער בנין וועט בעז"ה שוין דאן זיין גרייט צו קענען אפרעכטן די תפילות, ווען תיכף נאך די הייליגע טעג וועט מען ממשיך זיין מיט'ן צוענדיגן די אינערליכע בוי ארבעט און פארענדיגן דעם בנין בכלילת יופי.


דערביי האט זיך דער רבי אריינגעלאזט אין א לענגערע התרגשות'דיגע שמועס, איבער דעם ריכטיגן הכנה וואס פאדערט זיך פונעם ציבור לקראת דעם גרויסן טאג, ווען מ'וועט מחנך זיין דעם בית גדול וקדוש וואס איז א המשך פונעם יעצטיגן ביהמ"ד וואס איז איינגעזאפט מיט די תפילות ובקשות פון אזויפיל יאר.


דערביי האט דער רבי אפגעגעבן רגשי הערכה פאר אלע תורמים פון ארץ ישראל און חו"ל וואס זענען צוגעשטאנען מיט אזעלכע סכומים, מ'האט נישט גע'חלומ'ט אז ס'וועט אפקאסטן אז הון תועפות, און ב"ה מ'האט בייגעשטייערט מיט מסירת נפש, און דאנק דעם האט מען דערגרייכט ביז אהער, ס'פאדערט טאקע נאך אסאך ארבעט און אסאך געט, אבער מ'קען שוין אריינגיין אין בנין, און דאס מחנך זיין אויף א פראוויזארישן פארנעם.


דער רבי האט ארויסגעברענגט ווי מ'טוט מיט דעם בנין ממשיך זיין די הייליגע ירושה און המשכה פון שושלת בית וויזניץ און קאסוב און די תלמידי בעשטה"ק, און דערפאר פאדערט זיך א הכנה דרבה, פראקלאמירנדיג א סדר הלימוד פון "מסכת ראש השנה" וואס אלע יוגעלייט, בחורים און קינדער, וועלן לערנען לקראת דעם יום הגדול, און ס'וועט זיין באגלייט מיט א סדר הלימוד מיוחד און בחינות, און באזונדער וועט אפגעהאלטן ווערן מעמדי הכנה וואו מ'וועט מאכן די פאסיגע רוחניות'דיגע הכנה לכבוד חנוכת בית חיינו.


בורא עולם בקנין השלם זה הבנין



תגובות


bottom of page