top of page
גילה אחר גילה: שיינעם שמחת הבר מצוה לבן האד' מסאדיגורא ירושלים
זונטאג פ' ויחי • ח' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר דעם דינסטאג העעל"ט למחרת זאת חנוכה איז פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון א זון ביי כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול סאדיגורא ירושלים אויף רחוב שמואל הנביא, וואו עס האבן באשיינט מערערע אדמור"ים ורבנים, ובראשם דיי זיידע האדמו"ר מבאסטאן וואס איז ספעציעל געקומען צופארן, און האדמור"ים מראחמיסטריווקא, וויזניץ בית שמש, פיטסבורג, סקולען יר


תורה מציון: נייע תלמוד תורה דחסידי באבוב-45 אין ירושלים וועט געעפנט ווערן צום שנת הלימודים תשפ"ז
מוצאי שבת פ' ויגש • ז' טבת | בחצרות הקודש א שטראם פון שמחה וחדוה נעמט ארום די פילצאליגע חסידי באבוב 45 תושבי עיר הקודש ירושלים, מיט די בשורה טובה ומשמחת אז בהורמנותא דמלכא פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועט צום קומענדיגן לערן יאר שנת תשפ"ז געעפנט ווערן א נייע תלמוד תורה דחסידי באבוב 45 אין ירושלים. קהילת באבוב 45 אין עיר הקודש ירושלים באשטייט פון א הערליכן ציבור חסידים ואנשי מעשה, ציילנדיג שוין כהיום ביי אריבער "הונדערט משפחות" בליעה"ר, כן ירבו. שוין א לענגערע צייט וואס מ'פ


בורא רפואות: פלאנירער פון נייע אידישע שפיטאל אין לעיקוואד באזוכן האד' מצאנז און לניאדו שפיטאל
דאנערשטאג פ' ויגש • ה' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש אן אייגנארטיגע באזוך איז אפגעהאלטן געווארן בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א דורך א דעלעגאציע פון די "חמד" העלט-צענטער אין עיר התורה לעיקוואד. דער ציל פונעם באזוך אין קרית צאנז נתני' איז געווען כדי צו זען פונדערנאנט דער הלך ילך אינעם וועלט בארימטן "לניאדו שפיטאל" מיסודו של הרה"ק השפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע, בשעת די חמד העלט צענטער איז אין די פלאנירונגס שטאפלען אויפצושטעלן אן ערשטמאליגע "אידישע שפיטאל" אין לעיקוואד. די


והאמת והשלום אהבו: דראמאטישע מכתב בשם האד' מוויזניץ פאדערט אויף די חסידים זיך צו האלטן בשלום ואחוה וריעות
דאנערשטאג פ' ויגש • ה' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם, אין די יעצטיגע טעג איז ערשינען א דראמאטישער מכתב מיט קלארע און יסודות'דיגע הדרכות פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פאר עדת צאן מרעיתו, איבער'ן פליכט להרבות שלום און זיך באטייליגן ביי שמחות בני המשפחה באהבה ואחוה וריעות. דער בריוו איז ארויסגעגעבן געווארן בימי חנוכה מבי מלכא, בפקודת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, אונטערגעשריבן דורך די משמשים בקודש, הרב יוקל ווייס און ר' זכרי' ראזענפעלד, וואו עס ווערט ארויסג


רגשי שמחה והתרוממות נעמט ארום חסידי ראחמיסטריווקא צום ערשטמאליגן שבת דורך האד' מראחמיסטריווקא אין בני ברק
דאנערשטאג פ' ויגש • ה' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש רגשי שמחה והתרוממות נעמט ארום ראחמיסטריווקא חסידים תושבי בני ברק, מיט די בשורה אדירה ומרנינה איבער א היסטארישער שבת וואס כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וועט פראווענען אינעם עיר התורה והחסידות, זייענדיג דאס ערשטע מאל בקורות דברי הימים פון חצר הקודש ראחמיסטריווקא, וואס די רבי שליט"א וועט אפרעכטן א שבת אין בני ברק. צוריק עטליכע יאר ווען מען האט געלאזט אין גאנג דעם מאסיווע בוי פראיעקט אויפצובויען די נייע ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אין


טויזנטער לעבן מיט הערליכע מעמדי חנוכה בצל המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א צווישן די שטעט ברחבי ארה"ק
דאנערשטאג פ' ויגש • ה' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, יעקב לעדערמאן,JDN הונדערטער מבקשי השם חסידים ואנשי מעשה האבן דעם זונטאג ליל זאת חנוכה מיטגעהאלטן די התעוררות'דיגע מעמד הדלקת נרות חנוכה בראשות המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, ווי יאר יערליך ווען די משפיע צינדט דעם איין נאכט די חנוכה ליכט ברבים אין דעם געהויבענעם זמן פון זאת חנוכה, במקום מגוריו אין שטאט בני ברק. די מעמד איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מודזיץ אין בני ברק וועלכע איז ספע


מעמד קשר מחזיקים דינער השנתי לטובת ישיבת סערדאהעלי בנשיאותו הרמה פון האד' מסערדאהעלי
דאנערשטאג פ' ויגש • ה' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש פרשת וישב - ליל ערב חנוכה האבן חסידי סערדאהעלי, הורי ויוצאי הישיבה, ידידים ותומכים, ובראשם אדמורי"ם ורבנים, זיך אינאיינעם צוזאמגענומען ביים יערליכן דינער "קשר מחזיקים" לטובת די סערדאהעלי ישיבה, די מעמד איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אין די ליפשיץ זאלן אין שטאט בארא פארק. די באקאנטער יושב ראש הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו האט געדינט אלס יושב המעמד און האט געעפענט


ערשטמאליגער מהודר'דיגע עירוב ווערט אהערגעשטעלט דורך די חרדי'שע קהלות אין שטאט ציריך - שווייץ
מיטוואך פ' ויגש • ד' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש א פריידיגע שטימונג הערשט אין די חרדישע ציריך - שווייץ, ווען אין די יעצטיגע טעג איז פארענדיגט געווארן די מהודר'דיגע עירוב ארום די אידישע באוואוינטע געגענטער אין שטאט, זייענדיג די ערשטע מאל וואס עס ווערט אוועקגעשטעלט א כשר'ע מהודר'דיגע עירוב אין ציריך, וואס וועט ברענגען א גרויס הרחבה פאר די איינוואוינער פון שטאט ביום שבת קדשינו, און וועט פילפאכיג פארגרינגערן די קינדער געבענטשטע משפחות צו קענען ארויסגיין אויף די גאסן מיט קלענערע קינד


מאנסי: דערהויבענע זאת חנוכה טיש געפראוועט בהיכל "מתיבתא תורה ויראה" דסאטמאר דורך האד' מסאטמאר - ריש מתיבתא
מיטוואך פ' ויגש • ד' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. דעם מאנטאג ביום זאת חנוכה האבן די קרוב צו צוויי הונדערט בחורי חמד תלמידי מתיבתא הקדושה תורה ויראה סאטמאר אין שטאט מאנסי געהאט די זכיה אז דער ריש מתיבתא קדישא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט געפראוועט דעם שולחן הטהור בין כותלי הישיבה לכבוד האי יומא רבה זמן החתימה. ווי ברייט באריכטעט האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דעם זומער מייסד געווען די נייע "מתיבתא תורה ויראה" געאייגנט אלס מקום תורה מיט א ספעציעלער מסגרת פאר


תושבי לאנדאן מיטגעהאלטן פייערליכע מעמד הנעילה פון יו"ט חנוכה בראשות הרה"צ ר' שמעלקא בידערמאן שליט"א מלעלוב
מיטוואך פ' ויגש • ד' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם זאת חנוכה האבן הונדערטער תושבי לאנדאן, זקנים עם נערים מיטגעהאלטן א געהויבענע מעמד נעילה וואס איז ערשטמאליג אפגעהאלטן געווארן אויפן לעלובער שטייגער דורך המשפיע הגה"צ רבי שמעלקא בידערמאן שליט"א, וואו מען האט פאר לאנגע שעות זיך געהויבן אין די העכערע ספערן מיט א טיפע קשר צום רבונו של עולם. הרה"צ רבי שמעלקא שליט"א איז דער בן זקונים פון כ"ק אדמו"ר רבי אלטר מלעלוב זצ"ל, שוין מערערע יארן וואס ער איז משפיע מבאר תורתו והדרכתו פאר פילצאל


תושבי אנטווערפן מיטגעהאלטן געהויבענעם שבת און ערשטע ליכטל חנוכה בצל האד' מוויזניץ לאנדאן
דינסטאג פ' ויגש • ג' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN תושבי אנטווערפן האבן געהאט די זכי' און הנאה של קדושה מיטצולעבן א געהויבענעם רוחניות'דיגע, שבת בצלא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט, כמידי שנה בשנה מאציל צו זיין מהודו והדרו בקרב עדת תושבי העיר, ביי דעם געהויבענעם שבת וואס איז פארוואנדלט געווארן אין א קוואל פון חיזוק פאר תושבי אנטווערפן וואס האבן געשטראמט אין די מאסן צום בית רחל זאל מיטצוהאלטן די געהויב


איש על העדה: האד' מטאהש מכתיר בנו חביבו הגה"צ ר' חיים יחיאל אלתר סג"ל שליט"א אלס רב הקהלה אין מאנסי
דינסטאג פ' ויגש • ג' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי טאהש תושבי מאנסי וואונטשן זיך די יעצטיגע טעג מזל טוב לרגל דאס התמנות פון הגה"צ רבי חיים יחיאל אלתר סג"ל לאווי שליט"א בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, אלס רב הקהלה אין שטאט מאנסי. דער נייער רב שליט"א איז שוין רבות בשנים מפאר כבוד און מרביץ תורה ויראה אינערהאלב די טאהש'ע קהלה אין מאנסי, זייענדיג מתושבי המקום, אלס איידעם פון הגה"צ ר' סיני וואגשאהל שליט"א מלאנצוהט מאנסי, און במשך די אלע יארן איז מען נהנה מבאר תורתו און זיי


חתימה טובה: אלפי חסידי תולדות אהרן מיטגעלעבט לעכטיגע שעה'ן ביים מעמד "שריפת הפתילות" זאת חנוכה
דינסטאג פ' ויגש • ג' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר טויזנטער חסידי תולדות אהרן האבן מסיים געווען די ימי אורה וגמר החתימה מיט לעכטיגע שעות פון התרוממות דקדושה ביים מעמד נשגב "שריפת הפתילות" וואס איז איינע פון די גרעסטע טישן אין יאר, ווען כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א רעכט אפ די פלאם פייערדיגע עבודת הקודש בלהב יקוד אש. זאת חנוכה שפעט נאכמיטאג, פאר די שקיעה, האט זיך דער רבי שליט"א געוואשן צום סעודת היום אויף א פריוואטן פארנעם בביתו נאוה קודש, און שפעטער, שוין


גרויסארטיגן שבת וארא הבעל"ט מיט הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא אין שטאט מאנטריאל
דינסטאג פ' ויגש • ג' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי בעלזא אין קאנאדע נעמען אויף ברגשי שמחה די פריידיגע ידיעה איבער'ן ביקור מרומם דורך הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו וחביבו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וואס וועט אפרעכטן א געהויבענעם "שבת התוועדות והתעלות" אין די בעלזער קהילה אין מאנטריאל, דעם קומענדיגן שבת פר' וארא הבעל"ט. דער גרויסער שבת בראשות הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט''א טראגט א ספעציעלע באדייט ביי בעלזער חסידים אין מאנטריאל, קומענדיג נאך 12 יאר זינט דעם לעצטן


ימי אורה ושמחה פון יום טוב חנוכה בחצה"ק וויזניץ געשלאסן ביי געהויבענעם זאת חנוכה טיש באנפין נהירין
דינסטאג פ' ויגש • ג' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר אלפי חסידי וויזניץ זענען נאך אינעם געהויבענעם שטימונג נאכן מיטלעבן די געהויבענע ימי האורה פון יום טוב חנוכה בצל הקודש פון רבם ומאורם מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, ווען דער רבי האט אפגעראכטן די הייליגע ימי החנוכה העכער אלע ערווארטונגען, און טראץ זיין שוואכע געזונט צושטאנד, דאך האט זיך ממש נישט דערקענט אויפן רבי'ן קיין שום שינוי אויף זיין עבודת הקודש, ביי די הדלקת הנרות, עריכת השולחנות ואמירת דברי תורה כימים ימי


הונדערטער חסידים ואנשי ירושלים מיטגעהאלטן דערהויבענער ימי החנוכה בצל האד' מקרעטשניף כפר עטה
דינסטאג פ' ויגש • ג' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר דורכאויס די ימי החנוכה האבן זיך הונדערטער ירושלימער אידן און סתם עמך אידן חסידים ואנשי מעשה, דורכגעדרייט ביי די מעמדי הדלקת הנרות פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה שליט"א, נאך וואס דער רבי איז פארלאפענעם חודש אלול נתעטר געווארן בנזר האדמורו"ת נאכן הסתלקות פון זיין פאטער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה. די ערשטע טעג חנוכה האט דער רבי געפראוועט די הדלקת הנרות אינעם אלטן אלכסנדר ביהמ"ד אין די בית


ופרצו חומות: האד' מערלוי מיט פייערדיגע דברי מוסר ומחאה אויף די היינטיגע מאדעס ביי חסידי'שע מלבושים
מאנטאג פ' ויגש • ב' טבת -זאת חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש שטורמישע דברי מוסר ומחאה איז געהערט געווארן דעם מוצאי שבת ביים מעמד הדלקת הנרות פון כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א, וועלכער איז ארויס מיט א קול זעקה ומרה אויף די היינטיגע מאדעס וואס דרינגט אריין ביי די חסיד'ישע מלובשים, אשר לא שערום אבותינו. די ספעציעלע דברי מחאה האט דער רבי שליט"א משמיע געווען אין א איבערראשנדע מאמענט, ווען די הונדערטער חסידים וואס האבן מיטגעלעבט דעם געהויבענעם שבת חנוכה בצל הקודש אין שכונת קטמון אין ירושלים


מאסן חסידים מיטגעהאלטן שבת חנוכה בחצה"ק אמשינוב; מעמד הדלקת נרות מוצש"ק ברוב עם אין ביהמ"ד
מאנטאג פ' ויגש • ב' טבת -זאת חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש הונדערטער חסידים האבן דעם שבת געוויילט במחיצת הקודש פון כ''ק האדמו''ר מאמשינוב שליט''א אין בית וגן לרגל שבת חנוכה, וואס איז פון די סאמע גרעסטע שבתים אין יאר אין אמשינוב, און פון די איינציגע קביעות'דיגע שבתים וואס דער רבי שליט"א רעכט אפ א שבת'דיגע טיש ברבים. שבת נאכמיטאג א קורצע צייט נאכן שקיעה איז די רבי אנגעקומען צום בנין הביהמ"ד איז די רבי תיכף אריין צום דירה פון זקינו הרה''ק רבי מאיר מאמשינוב זי''ע אינעם בנין וואו דע


ולבקר בהיכלו: יערליכע חנוכה באזוך דורך האד' מסאטמאר אין מוסדות סאטמאר בארא פארק
מאנטאג פ' ויגש • ב' טבת -זאת חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש ווי יאר יערליך אין די ימי החנוכה איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק אויף א באזוך אין די מוסדות בנשיאותו הרמה. דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף די דריי און פופציגסטע גאס, אינאיינעם מיט די תלמידי כיתות ז' ח' ט', וואו דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו הלל בהתעוררות רב. נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען פארגעקומען א ברית ביי איינער פון די חסידים וואו דער רבי איז געווען סנדק, און דע


צדיק בא לעיר: האד' מביאלא נעמט אונטער ביקור הוד אין אמעריקע, צום ערשטן מאל נאכ'ן איבערנעמען כתר הנהגה
מאנטאג פ' ויגש • ב' טבת -זאת חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש ברגשי צהלה ווערט אויפגענומען די בשורה מרנינה ביי חסידי ואהודי בית ביאלא אין אמעריקע איבער'ן ביקור הוד וואס ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א קיין אמעריקע, צום ערשטן מאל נאכ'ן איבערנעמען די כתר ההנהגה. דער רבי נעמט איבער דעם באזוך אין ליכט פונעם שווערן מצב אינערהאלב די פארצווייגטע אימפעריע פון די מוסדות החינוך והישיבות הקדושים ביאלא, און די גרויסע כוללים-נעץ וואס איז מתנוסס לשם ולתהלה ברחבי ארה"ק, אין ירוש


bottom of page

