הונדערטער חסידים ואנשי ירושלעם מיטגעהאלטן דערהויבענער ימי החנוכה בצל האד' מקרעטשניף כפר עטה
- Bechatzros admin
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' ויגש • ג' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
דורכאויס די ימי החנוכה האבן זיך הונדערטער ירושלימער אידן און סתם עמך אידן חסידים ואנשי מעשה, דורכגעדרייט ביי די מעמדי הדלקת הנרות פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה שליט"א, נאך וואס דער רבי איז פארלאפענעם חודש אלול נתעטר געווארן בנזר האדמורו"ת נאכן הסתלקות פון זיין פאטער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה.
די ערשטע טעג חנוכה האט דער רבי געפראוועט די הדלקת הנרות אינעם אלטן אלכסנדר ביהמ"ד אין די בית ישראל געגענט, וואו פילע אידן האבן זיך אריינגעשטופט צו מיטהאלטן די דערהויבענע עבודה ביי די זמירות און אמירת נשמת אויפן נוסח המקובל ווי מען איז געווען געוואוינט ביים טאטן און ביים זיידן די אדמור"י בית קרעטשניף, נאכן ליכט צינדן יעדע נאכט האט די רבי שליט"א געשפילט פידל כמנהג אבותיו הק', און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים וואו מען האט ווייטער פארברענגט בשירות ותשבחות און דברי תורה ביז שפעט אין די נאכט אריין און די רבי האט פארטיילט חנוכה געלט פאר די משתתפים.
מוצאי שבת איז דער רבי אנגעקומען קיין בית שמש און געצינדן די נרות אין ביהמ"ד קהל חסידים וואס איז ספעציעל ארויסגעדינגען געווארן צו קענען אקאמאדירן די גרויסע ציבור. זונטאג נאכט ליל זאת חנוכה האט דער רבי געפראוועט די ליכל אין ישיבת אורייתא במעמד קהל רב, ווי דער רבי האט פאר לאנגע שעות אנגעווארעמט די הערצער פון די בחורים און אנוועזנדע לאביהם שבשמים, באגלייט מיט כלי שיר וזמרה.


































