top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צדיק בא לעיר: האד' מביאלא נעמט אונטער ביקור הוד אין אמעריקע, צום ערשטן מאל נאכ'ן איבערנעמען כתר הנהגה

  • Bechatzros admin
  • לפני 55 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' ויגש • ב' טבת -זאת חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

ברגשי צהלה ווערט אויפגענומען די בשורה מרנינה ביי חסידי ואהודי בית ביאלא אין אמעריקע איבער'ן ביקור הוד וואס ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א קיין אמעריקע, צום ערשטן מאל נאכ'ן איבערנעמען די כתר ההנהגה.


דער רבי נעמט איבער דעם באזוך אין ליכט פונעם שווערן מצב אינערהאלב די פארצווייגטע אימפעריע פון די מוסדות החינוך והישיבות הקדושים ביאלא, און די גרויסע כוללים-נעץ וואס איז מתנוסס לשם ולתהלה ברחבי ארה"ק, אין ירושלים, בני ברק, אלעד, בית שמש, צפת, אשדוד, חיפה, ביתר, מודיעין עילית, מעלה עמוס, און קרית גת. טראגנדיג על לוח לבו דעם גרויסן עול פון הנהגת הקהלה והמוסדות בכל אתר ואתר, וועט דער רבי שליט"א מכתת רגליו זיין און מעורר זיין נדיבי עם חסידי ומעריצי בית ביאלא, צו נעמען א חלק בהחזקת המוסדות והכוללים, דורכאויס די גראנדיעזע מסיבות און כינוסי הוד וואס וועלן אפגעראכטן ווערן דורכאויס די ימי ביקורי ענוים. לויט'ן פלאן וועט דער רבי שליט"א לאנדן אין ניו יארק דעם קומענדיגן זונטאג שמות, און וועט זיך צוערשט אויפהאלטן אין אמעריקא פאר גאנצע צוויי וואכן.


די ערשטע צען טעג פון די נסיעה וועט די רבי זיין צוגאסט אין שטאט לעיקוואד, די צווייטער וואך וועט די רבי וויילן אין לארענס, מאנסי און אנדערע שטעט ברחבי ניו יארק און ניו דזשורזי, לשמחת לבם פון די חסידים ומעריצים וואס קוקן ארויס מיט שפאנונג לקבל פני הקודש און מיטלעבן די ימים הנעלים במחיצת הקודש.


ree

bottom of page