top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן חסידים מיטגעהאלטן שבת חנוכה בחצה"ק אמשינוב; מעמד הדלקת נרות מוצש"ק ברוב עם אין ביהמ"ד

  • Bechatzros admin
  • לפני 31 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' ויגש • ב' טבת -זאת חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

הונדערטער חסידים האבן דעם שבת געוויילט במחיצת הקודש פון כ''ק האדמו''ר מאמשינוב שליט''א אין בית וגן לרגל שבת חנוכה, וואס איז פון די סאמע גרעסטע שבתים אין יאר אין אמשינוב, און פון די איינציגע קביעות'דיגע שבתים וואס דער רבי שליט"א רעכט אפ א שבת'דיגע טיש ברבים. 


שבת נאכמיטאג א קורצע צייט נאכן שקיעה איז די רבי אנגעקומען צום בנין הביהמ"ד איז די רבי תיכף אריין צום דירה פון זקינו הרה''ק רבי מאיר מאמשינוב זי''ע אינעם בנין וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן אין די נאכפאלגנדע טעג.


די רבי אנגעטוהן דעם טלית, און תיכף אריינגעקומען צו קריאת התורה אין ביהמ"ד, וואו די רבי האט עולה געווען שישי, און עס האט עולה געווען אן אייניקל פון רבי'ן א בר מצווה בחור, זון פונעם רבינס זון הרה"צ רבי דוד מיליקובסקי שליט"א.


תיכף נאכן פארענדיגן קריאת התורה איז די רבי צוגעגאנגען צום טיש און אנגעהויבן שלום עליכם און קידוש געמאכט זייענדיג נאך אנגעטוהן מיטן טלית, דערנאך האט די רבי געמאכט א ברכה אויף מזונות כמנהגו און זיך דערנאך געוואשן צום סעודה.


צוליב דעם וואס די רבי איז משנה פון זיינע קביעות'דיגע זמנים אום שבת חנוכה און ציהט נישט אריין דעם שבת ביז אינמיטן די וואך כדרכו, כדי צו פארענדיגן די עבודה ביז הדלקת נרות חנוכה פון מוצאי שבת, האט מען ביים טיש משלב געווען די זמירות פון פרייטאג צונאכטס און שבת באטאג, און מען האט אריינגעברענגט די מאכלים פון ביידע סעודות אינאיינעם, צווישן די זמירות האט מען געזינגען די אמשינובער מעוז צור מיט גרויס התעוררות.


דערנאך האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים פאר יעדער באזונדער, און דערנאך געזאגט תורה פאר משך א שעה צייט. דערנאך האט דער רבי פארטיילט פירות פארן גאנצן ציבור, און מען האט געבענטשט ארום איינס אזייגער אויפדערנאכט.


מוצאי שבת אום 5:00 פארטאגס הארט פארן עלות השחר איז דער רבי אריינגעקומען צום הדלקת נר חנוכה ברוב עם הדרת מלך אין אמשינובער ביהמ"ד אין בית וגן ווי עס איז געווארן איינגעפירט מיט א יאר צוריק, צו געבן די געלעגנהייט פאר אלע חסידים מיטצוהאלטן די הייליגע עבודה.


דער רבי האט געצינדן די נירות ביים פתח הבית ביים אריינגאנג צום דירה פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי מאיר מאמשינוב זצוק"ל. דאס ביהמ"ד איז געוועהן אהערגעשטעלט אויף א ספעציעלן אויסשטעל מיט הויעך שטאקיגע פארענטשעס, און צענדליגע זיץ פלעצער צו קענען אקאמאדירן וואס מער חסידים וועלכע האבן זיך איינגעשריבן פון פאראויס צו קענען מיטהאלטן די ליכט צינדן פונעם רבי'ן שליט"א.


די מעמד האט זיך פארענדיגט נאנט צו ניין אזייגער צופרי, ווען די לעצטע אידן זענען דורך דעם רבי'ן צו וואונטשן א גוט חנוכה און א גוט חודש.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page