ימי אורה ושמחה פון יום טוב חנוכה בחצה"ק וויזניץ געשלאסן ביי געהויבענעם זאת חנוכה טיש באנפין נהירין
- Bechatzros admin
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' ויגש • ג' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
אלפי חסידי וויזניץ זענען נאך אינעם געהויבענעם שטימונג נאכן מיטלעבן די געהויבענע ימי האורה פון יום טוב חנוכה בצל הקודש פון רבם ומאורם מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, ווען דער רבי האט אפגעראכטן די הייליגע ימי החנוכה העכער אלע ערווארטונגען, און טראץ זיין שוואכע געזונט צושטאנד, דאך האט זיך ממש נישט דערקענט אויפן רבי'ן קיין שום שינוי אויף זיין עבודת הקודש, ביי די הדלקת הנרות, עריכת השולחנות ואמירת דברי תורה כימים ימימה.
ברוב חסדי שמים איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אינעם היכל הגדול בית וויזניץ אויף הדלקת הנרות א יעדע נאכט חנוכה, ווי טויזענטער חסידים מקרוב ומרחוק האבן מיטגעהאלטן די געהויבענע מאמענטן אפגעבענדיג א שבח והודאה פארן אייבערשטן אז מען האט ווייטער די זכי' לראות את מלכינו, מיטן אויסנאם פון מאנטאג נאכט נר ב' דחנוכה ווען דער רבי שליט"א איז דאן אריבער א קורצע מעדעצינישע באהאנדלונג, און האט געצינדן חנוכה ליכט שפעטער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די בני המשפחה.
באזונדער איז אריבער א לעכטיגער שבת חנוכה, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער געסט מחוץ לעיר, דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן די תפלות און טישן מיט דערהויבענקייט, און משמיע געווען דברי תורה ביי די עריכת השולחנות.
זונטאג נר ז' דחנוכה האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די טויזנטער תלמידי התלמוד תורה פון אלע 10 וויזניצער חדרים איבער גאנץ ארץ ישראל, ווי נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש פאר די תינוקות של בית רבן.
מאנטאג ביום זאת חנוכה האט דער רבי שליט"א געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבות, נאכן דאוונען האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן שליט"א א כוללות קוויטל פון אלע תלמידים, ווי דער רבי האט מעיין געווען אין די נעמען באזונדער און מאציל געווען בברכותיו הטהורות.
במשך דעם טאג פונעם יום המסגול זאת חנוכה איז פארגעקומען א גרויסארטיגע "מעמד בקשת רחמים" ווי די טויזענטער חסידים האבן זיך אינאיינעם צוזאמגענומען און אויסגעזאגט גאנץ ספר תהלים לרפאותו השלימה והמהירה פונעם רבי'ן שליט"א שיתחדש כנשר נעורכי מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.
זונטאג נאכט נאכן ליכט צינדן האט דער רבי שליט"א אויפגענומען במשך דעם טאג אויף קבלת קהל די חסידים לרגל האי יומא רבא, און אויפצומארגנס מאנטאג נאכמיטאג ממשיך געווען די זמני כניסה פאר די פילע חסידים מחוץ לעיר.
שפעטער איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט די "זאת חנוכה טיש" במעמד אלפי החסידים, דער טיש האט זיך פארצויגן איבער צוויי אהאלב שעה, ווי מען האט געזינגען לעבעדיגע ניגונים, און ווארעמע שטייטע ניגונים וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע צייט אין גאר א געהויבענע שטימונג.
דערויף האט דער רבי שליט"א משמיע געווען לענגערע דברות קודש איבער חינוך הבנים והבנות, און גודל מעלת לימוד התורה, ארויסברעגענדיג אז יעצט בימי החנוכה איז הזמן קגרים זיך מחזק זיין דערמיט היפך וואס די יונים האבן געוואלט להשכיחם תורתך.
נאך די דברות קודש האט מען אנגעהויבן צו זינגען די פרייליכע ניגון "יש בורא עולם" ווי דער רבי שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א כדור'ל מיט זיינע דריי זון הרבנים הגאונים שליט"א, וואס האט נאכגעפאלגט מיט נאך עטליכע לעבעדיגע ניגונים, חסידים ואנשי מעשה היו מרקדין, מען האט זיך געהויבן און געטאנצן אפגעבענדיג א שבח והודאה פארן אייבערשטן אז מען האט געהאט די זכי' מיטצוהאלטן אזעלכע לעכטיגע ימי אורה בצל הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, מיט א תפלה אויף ווייטער ואל תטשנו ה' אלוקינו לנצח אויף לאנגע געזונטע יארן על מי מנוחות ינהלנו עד ביאת הגואל במהרה.



