רגשי שמחה והתרוממות נעמט ארום חסידי ראחמיסטריווקא צום ערשטמאליגן שבת דורך האד' מראחמיסטריווקא אין בני ברק
- Bechatzros admin
- 38false37 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' ויגש • ה' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש

רגשי שמחה והתרוממות נעמט ארום ראחמיסטריווקא חסידים תושבי בני ברק, מיט די בשורה אדירה ומרנינה איבער א היסטארישער שבת וואס כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וועט פראווענען אינעם עיר התורה והחסידות, זייענדיג דאס ערשטע מאל בקורות דברי הימים פון חצר הקודש ראחמיסטריווקא, וואס די רבי שליט"א וועט אפרעכטן א שבת אין בני ברק.
צוריק עטליכע יאר ווען מען האט געלאזט אין גאנג דעם מאסיווע בוי פראיעקט אויפצובויען די נייע ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אין בני ברק, האט דער רבי שליט"א פארשפראכן אז צום חנוכת הבית וועט ער אי"ה קומען צופארן אויף א שבת קיין בני ברק. אצינד ווען דער ביהמ"ד איז פראכטפול פארענדיגט געווארן בתכלית היופי, איז אנגעקומען די איבערראשנדע מודעה פון רבינס שטוב אז דער רבי האט באשטימט דעם "שבת חנוכת הבית" אויף קומענדיגן פרשת שמות, די ערשטע שבת פון די שובבי"ם וואכן.
די גאנצע שבת וועט געפראוועט ווערן אויף א פריוואטע פערזענליכע פארנעם ספעציעל פאר די חברי הקהילה פון בני ברק, און די נדיבים בעם בוני הביהמ"ד, ובראשם דער בונה ומקים הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' יעקב פעלדהיים הי"ו פון ניו יארק וואס קומט ספעציעל צופארן לכבוד דעם שבת חנוכת הבית.
די הערצער פון חסידי ואוהדי בית ראחמיסטריווקא זענען געשפאנט מיט געפילן פון פרייד און דערווארטונג, און א רייע ענערגישע טיכטיגע עסקני הקהלה ארבייטן אצינד אויף אלע טעכנישע און לאגיסטישע דעטאלן צום היסטארישע שבת יחיד ומיוחד. לויטן פלאן וועט די רבי שליט"א דאווענען טייל פון די תפילות און די נייע ביהמ"ד אויף די יעל גאס אין שיכון ג', און פראווענען די סעודות שבת און עריכת השולחנות בצוותא חדא מיטן היימישן עולם אין א גרויסן זאל אינעם געגענט, וואס וועט ספעציעל ארויסגעדינגען ווערן אויף שבת, מיט רשות כניסה בלויז פאר ראחמיסטריווקא חסידים באי ומתפללי ביהמ"ד. שלש סעודות וועט זיין אפן לכל הקהל הקודש מיטצוהאלטן דעם רבינס עבודת הקודש בעידן רעווא דרעווין.



