בורא רפואות: פלאנירער פון נייע אידישע שפיטאל אין לעיקוואד באזוכן האד' מצאנז און לניאדו שפיטאל
- Bechatzros admin
- לפני 18 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' ויגש • ה' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש

אן אייגנארטיגע באזוך איז אפגעהאלטן געווארן בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א דורך א דעלעגאציע פון די "חמד" העלט-צענטער אין עיר התורה לעיקוואד.
דער ציל פונעם באזוך אין קרית צאנז נתני' איז געווען כדי צו זען פונדערנאנט דער הלך ילך אינעם וועלט בארימטן "לניאדו שפיטאל" מיסודו של הרה"ק השפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע, בשעת די חמד העלט צענטער איז אין די פלאנירונגס שטאפלען אויפצושטעלן אן ערשטמאליגע "אידישע שפיטאל" אין לעיקוואד.
די דעלעגאציע האט צוערשט אפגעהאלטן א לענגערע טור אין אלע שפיטאל אפטיילונגען, וואו זיי זענען צוגעוויזן געווארן ווי אזוי די אלע דעפארטמענטס אפערירן אונטער די אויפזיכט פון די בעסטע דאקטוירים, און לויט אלע דקדוקי הלכה.
דערנאך איז מען אריבער אויף א באזוך ביים רבי'ן, וואו די אנפירער פון חמד האבן געצייגט פאר'ן רבי'ן אלע אקטיוויטעטן פונעם צענטער, און די פלענער אויפצושטעלן א "אידישע שפיטאל" אין לעיקוואד וואס זאל זיך אפגעבן מיט אלע צרכי רפואה פאר די צענדליגער טויזנטער משפחות העיר.
דער רבי שליט"א האט זיך פאראינטערעסירט אויף אלע פרטים, און געגעבן א צאל הוראות והדרכות, לויט ווי ער האט מקבל געווען פונעם פאטער דער שפע חיים, ווי ער האט אראפגעשטעלט דעם יסוד איתן ביים אויפשטעלן דעם לניאדו שפיטאל, אז די שפיטאל דארף געפירט ווערן אויף שמירת כל מצוות התורה, עפ"י דיני השו"ע והפוסקים.
דער רבי האט אנגעוויזן אז מ'מוז שטעלן אן אויסטערלישע דגוש אז די דאקטוירים זאלן באהאנדלען פאציענטן "מיט'ן גאנצן הארץ", און דאס זאל זיין ממש א חלק פון די מעדיצינישע באהאנדלונג, ווי דער פאטער דער רבי ז"ל שרייבט אינעם מגילת היסוד, אז יעדער פאציענט זאל זיין א 'מענטש', נישט נאך א 'נומבער', און מ'זאל זיך מיט יעדן מתייחס זיין מיט הארץ און מענטשליכקייט. היינט אנערקענט מען שוין איבעראל אז באהאנדלען א פאציענט מיט כבוד און רעספעקט איז גורם א בעסערע און שנעלערע ערהוילונג, און דאס האט מען שוין געוואוסט דא אין לניאדו מיום הוסדה.
מ'האט אויך אומגערעדט איבער די אויפשטייג פון מענטאלישע מחלות אין היינטיגן דור, פארוואס איז עס אמאל נישט געווען און היינט יא, און דער רבי האט מאריך געווען הדיבור איבער דעם נושא.
בתוך הדברים האט די דעלעגאציע פארבעטן דעם רבי'ן איבערצוגעבן די יסודות ווי אזוי מ'שטעלט אויף א שפיטאל, און דער רבי האט זיך אראפגעלאזט מיט קלארע הסברה אז מ'זאל נישט עפענען אלע אפטיילונגען אויפאמאל, נאר גיין שטאפלווייז, איינס-ביי-איינס, בשעת מ'האט כסדר די וויזיע צו גיין פאראויס און נעמען אין באטראכט די אויסברייטערונגען וואס וועט זיך שפעטער פאדערן.
דער רבי האט אויסגעפירט אז כדי צו מצליח זיין אין אויפשטעלן אזא הייליגן פראיעקט, קען נאר זיין מיט מסירת נפש, מיט אן אמת'ע ריינע כוונה פאר הצלת נפשות מישראל, און העלפן אידישע קינדער זיין געזונט און שטארק, און דאס איז דער סוד הצלחה וואס באגלייט ב"ה די שפיטאל דא אין נתני', די מסירת נפש פונעם טאטן ז"ל ביים דאס אויפשטעלן.













