ערשטאמאליגער מהודר'דיגע עירוב ווערט אהערגעשטעלט דורך די חרדי'שע קהלות אין שטאט ציריך - שווייץ
- Bechatzros admin
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' ויגש • ד' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש

א פריידיגע שטימונג הערשט אין די חרדישע ציריך - שווייץ, ווען אין די יעצטיגע טעג איז פארענדיגט געווארן די מהודר'דיגע עירוב ארום די אידישע באוואוינטע געגענטער אין שטאט, זייענדיג די ערשטע מאל וואס עס ווערט אוועקגעשטעלט א כשר'ע מהודר'דיגע עירוב אין ציריך, וואס וועט ברענגען א גרויס הרחבה פאר די איינוואוינער פון שטאט ביום שבת קדשינו, און וועט פילפאכיג פארגרינגערן די קינדער געבענטשטע משפחות צו קענען ארויסגיין אויף די גאסן מיט קלענערע קינדער א.ד.ג.
די עירוב איז אוועקגעשטעלט געווארן מיט א פאראייניגטע כח מיט די צוויי גרעסערע שטאטישע קהלות, סיי די חסיד'ישע קהלה "אגודת האחים" אין שפיץ פונעם מרא דאתרא הגה"צ ר' צבי אלימלך פאדווא שליט"א און די אשכנזישע קהלה "עדת ישורון" אין שפיץ פונעם רב הרה"ג ר' חיים משה לעווי שליט"א.
די חשובע שטאטס רבנים האבן זיך שוין אריינגעךייגט עטליכע יאר צוריק אין די נושא פון אוועקשטעלן א מהודר'דיגע עירוב לשמירת שבת קדשינו, און במשך די לעצטע פינעף יאר איז מען געזעצן אויף נאכאנאנדע מיטונגען אינאיינעם מיט די עסקני העיר וועלכע האבן געשתדל'ט ביי די רעגירונגס באאמטע צו ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן צו קענען אהערשטעלן דעם עירוב, און אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן אויף די חלק ההלכה בתכלית ההידור.
אין די לעצטערע וואכן ווען די לאנג ערווארטעטע "עירוב פראיקעט" איז בס"ד געקומען לידי גמר, ווען די גרויסע עירוב שטאנגען און מחיצות זענען שוין אוועקגעשטעלט און באפעסטיגט געווארן על מכונם, זענען די שטאטס רבנים ארויס אויף די גאסן פון שטאט אויף א בדיקה כהלכה און האבן זיך אומגעקוקט אויף אלע מחיצות און צורות הפתח בעיון רב זיכער צו מאכן אז די עירוב איז אויסגעהאלטן בתכלית ההידור אויפן כשר'סטן פארנעם, ווי זיי האבן אויך פארראכטן עטליכע קלענערע תיקונים, און האבן ממנה געווען עטליכע משיגיחים תמידיים וועלכע זאלן מהיום והלאה ארומגיין א מדי שבוע בשבוע בודק צו זיין די כשרות העירובין.
אין די לעצטערע טעג ווען די שטאטס רבנים האבן באשטעטיגט אז דער עירוב איז כשר און מהודר אויפן בעסטן אופן בחלק ההלכה וההידור, איז פארגעקומען א מעמד "שכירות רשות" ביי די רעגירונגס באאמטע, אזוי ווי די הלכה פארלאנגט.
דעם קומענדיגן ערב שב"ק וועלן זיך צונויפקומען אלע רבנים ועסקנים וראשי הקהלות אין שטוב פונעם מרא דאתרא הגה"צ רבי צבי אלימלך פאדווא שליט"א, ווי מען וועט אפרעכטן די מעמד "זיכוי הפת" מיט א ברכה "על מצוות עירוב" און דערמיט ערמעגליכן פאר די תושבי העיר צו מטלטל זיין שבת אין די גאסן פון שטאט.
לרגל די פרייעדיגע מאורע, איז דעם פארגאנגענעם יום זאת חנוכה ערשינען א מכתב עוז חביון פונעם שטאטס רב הרב פאדווא שליט"א, ווי ער איז מבשר די בשורה טובה פאר בני קהילתו איבער דעם נייעם עירוב אין שטאט, און שטעלט אהער וויכטיגע יסודות און פונקטן וואס אלע איינוואוינער אין שטאט דארפן צו וויסן אנבאלאנגט דעם נייעם עירוב, סיי בחלק ההלכה און סיי בחלק ההשקפה.
צווישן זיינע ווערטער אינעם בריוו, טוט דער רב באדאנקען אלע עסקני העירוב, און פאר די רעגירונגס באאמטע פארן מיטשטיין אונטער די גאנצע פראיקעט, באזונדער טוט דער רב אינטערשטרייכן צווישן זיינע ווערטער, אז די תכלית פון אוועקשטעלן דעם עירוב איז בלויז צו פארמערן כבוד ועונג שבת, און מען זאל חלילה דאס נישט אויסנוצן אויף פארקערטע מיטלען שלא יתחלל כבוד השבת.














