top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תושבי לאנדאן מיטגעהאלטן פייערליכע מעמד הנעילה פון יו"ט חנוכה בראשות הרה"צ ר' שמעלקא בידערמאן שליט"א מלעלוב

  • Bechatzros admin
  • לפני 8 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' ויגש • ד' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

דעם זאת חנוכה האבן הונדערטער תושבי לאנדאן, זקנים עם נערים מיטגעהאלטן א געהויבענע מעמד נעילה וואס איז ערשטמאליג אפגעהאלטן געווארן אויפן לעלובער שטייגער דורך המשפיע הגה"צ רבי שמעלקא בידערמאן שליט"א, וואו מען האט פאר לאנגע שעות זיך געהויבן אין די העכערע ספערן מיט א טיפע קשר צום רבונו של עולם.


הרה"צ רבי שמעלקא שליט"א איז דער בן זקונים פון כ"ק אדמו"ר רבי אלטר מלעלוב זצ"ל, שוין מערערע יארן וואס ער איז משפיע מבאר תורתו והדרכתו פאר פילצאליגע אברכים ובחורי חמד אין שטאט לאנדאן. פארלאפענעם ל"ג בעומר האט ער געפראוועט אן ערשטמאליגער מעמד הדלקה רבתי במעמד עם רב פון טויזנטער תושבי העיר, און אצינד לרגל נעילת ימי החנוכה איז ער ווידער נעתר געווארן לבקשתם פונעם ציבור חסידים ואנשי מעשה, און האט אנגעפירט דעם געהויבענעם מעמד החתימה פונעם ליכטיגן יום טוב חנוכה.


דער מעמד איז פארגעקומען אין די פרדס וויזניץ זאלן וועלכער איז ספעציעל געווארן אויסגערישט מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס צו קענען אקאמאדירן די ריזן ציבור וועלכער האבן מיטגעהאלטן דעם מעמד הנעילה, מוצאי זאת חנוכה.


פאר לענגערע שעהן האט מען זיך געווארעמט ביי די ניגוני דביקות און שפעטער די לוסטיגע טענץ ווען מען האט מכבד געווען הרה"ג ר' מענדל טאגער שליט"א רב ביהמ"ד לעלוב לאנדאן אנצוצינדן די מנורה לכבוד היום. אינצווישן די ניגונים בין גברא לגברא, האט דער משפיע רבי שמעלקא מעורר געווען דעם ציבור בנועם לשונו מיט דברי כיבושין והתעוררות בגודל הזמן, אויפן שטייגער וואו מען איז צוגעוואוינט ביי זיינע ברידער פון די וועלט-בארימטע האחים המשפיעים מלהיבי לבבות ישראל, לבית לעלוב.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page