ולבקר בהיכלו: יערליכע חנוכה באזוך דורך האד' מסאטמאר אין מוסדות סאטמאר בארא פארק
- Bechatzros admin
- לפני 36 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' ויגש • ב' טבת -זאת חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

ווי יאר יערליך אין די ימי החנוכה איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק אויף א באזוך אין די מוסדות בנשיאותו הרמה. דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף די דריי און פופציגסטע גאס, אינאיינעם מיט די תלמידי כיתות ז' ח' ט', וואו דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו הלל בהתעוררות רב.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען פארגעקומען א ברית ביי איינער פון די חסידים וואו דער רבי איז געווען סנדק, און דערנאך איז אפגעראכטן געווארן א מסיבת לחיים רבתי וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש און פארטיילט מטבעות.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום תלמוד תורהה בנין ליפא פריעדמאן, וואו עס איז פארגעקומען א באזונדערע מסיבת חנוכהה מיט די אינגערע כיתות. די ילדי החן האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בשירה וזמרה, דער רבי האט געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברי הדרכה פאר די תלמידים זיך צו מחזק זיין בעבודת התפילה און שמירת עיניים, און דאן פארטיילט חנוכה געלט פאר אלע תלמידים.





















