top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ופרצו חומות: האד' מערלוי מיט פייערדיגע דברי מוסר ומחאה אויף די היינטיגע מאדעס ביי חסידי'שע מלבושים

  • Bechatzros admin
  • לפני 8 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' ויגש • ב' טבת -זאת חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

שטורמישע דברי מוסר ומחאה איז געהערט געווארן דעם מוצאי שבת ביים מעמד הדלקת הנרות פון כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א, וועלכער איז ארויס מיט א קול זעקה ומרה אויף די היינטיגע מאדעס וואס דרינגט אריין ביי די חסיד'ישע מלובשים, אשר לא שערום אבותינו.


די ספעציעלע דברי מחאה האט דער רבי שליט"א משמיע געווען אין א איבערראשנדע מאמענט, ווען די הונדערטער חסידים וואס האבן מיטגעלעבט דעם געהויבענעם שבת חנוכה בצל הקודש אין שכונת קטמון אין ירושלים, זענען געווען פארזאמלט אינעם גרויסן ביהמ"ד ביים מעמד הדלקת הנרות, ווען דער רבי האט אנגעהויבן דעם שמועס מיט א ווייטאגליכע שטימע זאגנדיג "עס איז דא עפעס וואס שטערט מיר שוין א לאנגע צייט, און כ'וויל עס מיטטיילן מיט'ן ציבור".


במשך לענגערע מינוטן האט דער רבי ארויסגעברענגט בקול חוצב בגנות פון די מיאוסע מאדעס וואס כאפט זיך אריין ביי די הייליגע מסורה'דיגע חסידי'ישע מלבושים, אויף וואס מ'האט זיך אין די פריערדיגע דורות מוסר נפש געווען בעוז, אבער לצערינו האט זיך דער בעל דבר אריינגעכאפט און ערפינדן א נייע פירצה מיט'ן ציל אפצוקילן דעם ברען פון חסידות, מ'זעט היינט די מאדנע בעקיטשעס פון אלע ערליי קאלירן און בליטות וואס האט נישט קיין שייכות צו אונזער מסורה.


דער רבי האט געשטורעמט און געבעטן בתוקף ועוז אז ווער ס'האט אזא סארט בגד זאל מער נישט צורירן דערצו! דאס איז עקלדיג און מיאוס, ס'קילט אפ די גאנצע חסיד'ישע ווארעמקייט, און ס'האט נישט קיין מקום אין אונזער חשוב'ע קהלה.


דער רבי האט דערביי אויפגעפאדערט די יונגעלייט אויפצושטעלן "חבורות" וואו מ'זאל זיך צאמקומען איינמאל א וואך און מטכס עצה זיין מיט פאקטישע פעולות צו שטייגן ביראת שמים און עבודת ה', און זיך האלטן אפגעשיידט פון די דרויסנדיגע איבלען און רוחות הזמן.

bottom of page