top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תורה מציון: נייע תלמוד תורה דחסידי באבוב-45 אין ירושלים וועט געעפנט ווערן צום שנת הלימודים תשפ"ז

  • Bechatzros admin
  • לפני 3 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מוצאי שבת פ' ויגש • ז' טבת | בחצרות הקודש

ree

א שטראם פון שמחה וחדוה נעמט ארום די פילצאליגע חסידי באבוב 45 תושבי עיר הקודש ירושלים, מיט די בשורה טובה ומשמחת אז בהורמנותא דמלכא פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועט צום קומענדיגן לערן יאר שנת תשפ"ז געעפנט ווערן א נייע תלמוד תורה דחסידי באבוב 45 אין ירושלים.


קהילת באבוב 45 אין עיר הקודש ירושלים באשטייט פון א הערליכן ציבור חסידים ואנשי מעשה, ציילנדיג שוין כהיום ביי אריבער "הונדערט משפחות" בליעה"ר, כן ירבו.


שוין א לענגערע צייט וואס מ'פלאנירט צו גיין מחיל אל חיל, פארמאגנדיג שוין אן אייגענעם ישיבה קטנה, און גרינדן א תלמוד תורה, באגלייט מיט די פערזענליכע הדרכה און התייעצות פונעם רועה נאמן דער רבי שליט"א, און אצינד איז געקומען די גליקליכע מינוט פון הרחבת גבולי הקדושה, מיט די עפענונג פון די נייע תלמוד תורה ווערנדיג ערמעגליכט פאר די עלטערן אז די אייגענע קינדער, די ילדי חמד היקרים, זאלן שוין קענען מקירוב מקום לערנען און נתגדל ווערן אין די תלמוד תורה דחסידי באבוב 45 בדרך המסורה לנו אויפן אויסגעטרעטענעם באבובער דרך.


צוערשט וועט געעפנט די תלמוד תורה פאר די יונגערע כיתות, מיט אויסגערופענע מלמדים וואס זענען געשטעלט געווארן לשרת בקודש, און בס"ד ביז געציילטע יאר מרחיב זיין די גבולים אינערהאלב דעם מוסד, מיט כיתות פאר אלע יארגענג מקטן עד גדול.


אין די יעצטיגער טעג האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א ממנה געווען א וועד הנהלה רוחני, מחשובי ופני העדה וואס וועלן נושא זיין בעול המוסדות, ואתם עמם וועט צושטיין די וועד הרוחני פון די צענטראלע מוסדות אין בארא פארק, מיט די שטיצע פון די ארטיגע הנהלה, וואס וועט שטיין גרייט על כל צעד ושעל.


ree
ree

bottom of page