והאמת והשלום אהבו: דראמאטישע מכתב בשם האד' מוויזניץ פאדערט אויף די חסידים זיך צו האלטן בשלום ואחוה וריעות
- Bechatzros admin
- לפני 18 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' ויגש • ה' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש

תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם, אין די יעצטיגע טעג איז ערשינען א דראמאטישער מכתב מיט קלארע און יסודות'דיגע הדרכות פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פאר עדת צאן מרעיתו, איבער'ן פליכט להרבות שלום און זיך באטייליגן ביי שמחות בני המשפחה באהבה ואחוה וריעות.
דער בריוו איז ארויסגעגעבן געווארן בימי חנוכה מבי מלכא, בפקודת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, אונטערגעשריבן דורך די משמשים בקודש, הרב יוקל ווייס און ר' זכרי' ראזענפעלד, וואו עס ווערט ארויסגערעכנט זיבן סעיפים וואס דער רבי שליט"א האט געהייסן איבערגעבן פאר אלע חסידים, בלי יוצא מן הכלל, אז ס'זאל זיין נר לרגלם.
דער בריוו הייבט זיך אן אז מיר אלע ווילן גיין בדרכי רבותינו הק', צו דינען השי"ת באמת ובתמים, מתוך התקשרות צו צדיקי אמת, און מיט א שמירה יתירה בלייבן אפגעזונדערט פון די נארישקייטן וואס די גאס האט צו פארקויפן, דעריבער פאדערט זיך אוועקצושטעלן קלארע הדרכות אנבאלאנגט די קשר מיט בני המשפחה וואס האבן אנדערע דיעות, וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט כבוד בית וויזניץ.
עס ווערט קלארגעשטעלט אז מ'זאל זיך געהעריג משתף זיין ביי שמחות און מסיבות צווישן די בני המשפחה, זיך וואונטשן מזל טוב און זען אז אלעס זאל זיך פירן בשלום ושובע שמחות בשלמות ושלוות הנפש.
צו די זעלבע צייט זאל מען זייער אבאכט געבן נישט צו הערן קיין דיעות שאין רוח חכמים נוחה מהן, וואס איז ח"ו מטיל מום ודופי בקדשי קדשים, דעריבער זאלן די עלטערן שטיין על המשמר בהשכל ודעת אז מ'זאל נישט הערן אזא שפראך אין זייער שטוב און ביי שמחות, אבער דאס זאל חס וחלילה נישט גורם זיין קיין קריגעריי און פירוד לבבות צווישן משפחות.
עס איז א דבר פשוט אז מ'טאר נישט אויפהייבן א האנט אויף קיין שום איד, בשום פנים ואופן, אדער טון די מינדעסטע פעולה פון מחלוקת, בדיבור ובמעשה, מ'זאל מקבל זיין יעדן איינעם בסבר פנים יפות, ווי די דער רבי שליט"א לערנט אונז כסדר אז וויזניץ איז געבויט אויף "תפארת המדות", ווי דער אהבת ישראל האט געזאגט "מ'דארף זיין גוט צו יעדן, אבער נישט מיט יעדן", מ'זאל זען מיט אלע כוחות זיך פירן בהשכל ובתבונה אז ס'זאל זיין תפארת לעושיה ותפארת לו מן האדם, להרבות כבוד שמים וכבוד וויזניץ.
דער מכתב פירט אויס אז אזוי ווי ביי אלע דרכי החסידות, ביי יעדן ספק וואס מאכט זיך ביי איינעם, זאל מען זיך ווענדן צו די שליחי הקודש חברי 'ועד חברותא', וואס זיי וועלן מורה זיין המעשה אשר יעשו.
בפוקדת הקודש פונעם רבי'ן, וועט די דאזיגע בריוו ווערן פארגעליינט היינטיגן ליל שישי ביי אלע חבורות האברכים דחסידי וויזניץ בארץ ובגולה, למען ידעו ישמעו ויראו.




