top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסארטיגן שבת וארא הבעל"ט מיט הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא אין שטאט מאנטריאל

  • Bechatzros admin
  • לפני 4 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' ויגש • ג' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

חסידי בעלזא אין קאנאדע נעמען אויף ברגשי שמחה די פריידיגע ידיעה איבער'ן ביקור מרומם דורך הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו וחביבו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וואס וועט אפרעכטן א געהויבענעם "שבת התוועדות והתעלות" אין די בעלזער קהילה אין מאנטריאל, דעם קומענדיגן שבת פר' וארא הבעל"ט.


דער גרויסער שבת בראשות הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט''א טראגט א ספעציעלע באדייט ביי בעלזער חסידים אין מאנטריאל, קומענדיג נאך 12 יאר זינט דעם לעצטן שבת וואס רבי אהרן מרדכי האט געפראוועט בראש קהל חסידי בעלזא אין מאנטריאל, טאקע שב"ק פ' וארא תשע"ד, און אצינד וועט מען ווידער זוכה זיין ליהנות מאורו הבהיר און זיך ווארעמען ביי די לעכטיגע תפילות און סעודות שבת.


דער ביקור מרומם איז באשטעטיגט געווארן די וואך, בהורמנותא דמלכא דער בעלזער רב שליט"א, נאכדעם וואס עס איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל א משלחת נכבדה פון די ראשי הקהלה והמוסדות אין מאנטריאל, לאדענען הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט''א צו קומען מחזק זיין די הונדערטער בעלזער חסידים אין קאנאדע וואס קוקן אזוי ארויס מיט א השתוקקות לעשות את השבת בצוותא חדא כאיש אחד ובלב אחד.


אין לויף פון א פולע וואך וועט דער אורח הדגול באזוכן אין די פיר בעלזער שטיבלעך און צווישן די מוסדות התורה והחינוך דחסידי בעלזא אין שטאט, באזונדער וועט ער באזוכן אין די בעלזער קהילה אין די קוט סט. לוק געגענט, אין די גלילות פון מאנטריאל.

bottom of page