top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער לעבן מיט הערליכע מעמדי חנוכה בצל המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א צווישן די שטעט ברחבי ארה"ק

  • Bechatzros admin
  • לפני 22 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' ויגש • ה' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, יעקב לעדערמאן,JDN

הונדערטער מבקשי השם חסידים ואנשי מעשה האבן דעם זונטאג ליל זאת חנוכה מיטגעהאלטן די התעוררות'דיגע מעמד הדלקת נרות חנוכה בראשות המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, ווי יאר יערליך ווען די משפיע צינדט דעם איין נאכט די חנוכה ליכט ברבים אין דעם געהויבענעם זמן פון זאת חנוכה, במקום מגוריו אין שטאט בני ברק.


די מעמד איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מודזיץ אין בני ברק וועלכע איז ספעציעל אויסגעשטעלט געווארן מיט די מאקסימום פלאץ צו קענען אקאמאדירן די ריזן ציבור וואס האט געשטרוימט דורכאויס די נאכט מיטצולעבן די געהויבענע מעמד וואס איז געווען איין שטיק דערהויבנקיט און התרוממות הנפש, ווען פאר לאנגע שעה'ן האט מען זיך דערהויבן אין די הויכע ספערן, איינגעהילט מיט א שמחה עילאה און דביקות.


נאך קרוב צו דריי שעה זינגען פרייליכע און ווארימע ניגונים באגלייט מיט דברי התעוררות בגודל קדושת הזמן, איז דער משפיע צוגעגאנגען צו די מנורה און מיטיב געווען די נרות זייענדיג ממשיך מיט ווארימע ניגוני ימים הנוראים און דברי כיבושין כהכנה דרבה. נאך א לענגערע וויילע האט דער משפיע פארגעזאגט די לשם יחוד און די ברכות מיט אן אש להבה און אנגעצינדן די נרות און דערביי זיך ארויסלאזנדיג אין ריקודין של שמחה, ביים ענדע האט דער משפיע פארגעזאגט מעוז צור און נשמת כל חי בקול חוצב להבות אש מיט א אומבאשרייבליכע התעוררות.


כמנהגו יעדעס יאהר בימי החנוכה איז הרה"צ רבי אלימלך שליט"א ארומגעפארן צווישן די שטעט אין ארץ ישראל וואו עס איז מידי לילה בלילה אפגעראכטן געווארן מסיבות חנוכה בשירות ותשבחות להודות ולהלל. זונטאג די ערשטע נאכט חנוכה איז דער משפיע געווען אין בראכפעלד מודיעין עילית וואו דער מעמד איז געווען ספעציעל געווידמעט פאר עמך אידן פון אלע קרייזן וואו די משפיע האט משמיע געווען זיינע פייערדיגע דיבורים אויף לשון הקודש, מאנטאג האט דער משפיע געפראוועט אין אלעד, מיטוואך אין ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין ירושלים, דאנערשטאג אין בית שמש אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ, ובכל מקום בואו האבן זיך פילע אידן דערווארעמט לאורו הגדול ביי די דרשות נלהבות באגלייט מיט די פלאם פייערדיגע ריקודי קודש.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page