חתימה טובה: אלפי חסידי תולדות אהרן מיטגעלעבט לעכטיגע שעה'ן ביים מעמד "שריפת הפתילות" זאת חנוכה
- בחצרות הקודש

- 23 בדצמ׳ 2025
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 24 בדצמ׳ 2025
דינסטאג פ' ויגש • ג' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
טויזנטער חסידי תולדות אהרן האבן מסיים געווען די ימי אורה וגמר החתימה מיט לעכטיגע שעות פון התרוממות דקדושה ביים מעמד נשגב "שריפת הפתילות" וואס איז איינע פון די גרעסטע טישן אין יאר, ווען כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א רעכט אפ די פלאם פייערדיגע עבודת הקודש בלהב יקוד אש.
זאת חנוכה שפעט נאכמיטאג, פאר די שקיעה, האט זיך דער רבי שליט"א געוואשן צום סעודת היום אויף א פריוואטן פארנעם בביתו נאוה קודש, און שפעטער, שוין א האלבע שעה נאכ'ן זמן רבינו תם, איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד וואס איז געווען פול געפאקט עד אפס מקום מיט טויזנטער חסידים זקנים עם נערים.
לידיו פונעם רבי'ן שליט"א האבן זיך משתתף געווען בשבת אחים די ברידער כ"ק האדמורי"ם ממבקשי אמונה און נחלת אהרן, און הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן, די חברי הביד"ץ רובני הקהלה הגאון הגדול רבי יעקב מענדל יאראוויטש שליט''א, הגאון רבי אהרן בראנדסדארפער שליט''א און נאך.
די קאפעליע האט אויפגעזינגען מערערע ניגוני דביקות והתעוררות פאר נאנט צו צוויי שעה, בעת דער ציבור ווערט וואס מער אריינגעשלעפט אין א קאכעדיגן מצב, ווען מ'פלאמט אריין מיט די שירי קודש המקובלים פונעם בעשטה"ק ותלמידיו הקדושים, צווישן זיי א נייער אויפגעפרישטער ניגון וואס איז מקובל אין קארלין אז ס'קומט פון בעשטה"ק.
ווי אויך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים וואס דער רבי שליט"א האט פארפאסט, צווישן זיי דער הארציגער ניגון דביקות וואס דער רבי האט פארפאסט אין שטאט קערעסטיר, וויילנדיג דארט זומער תשפ"ד.
כנהוג האט מען מאריך געווען מיט "ניגוני ימים נוראים", שטייענדיג ביים גמר החתימה.
דערנאך האט מען זוכה געווען צו הערן די דברי אלקים חיים פונעם רבי'ן, וועלכער האט פארשטיין געגעבן דעם קשר צווישן חנוכה און סוכות, און ארומגעקאכט מיט די "הייליגע ווינטער נעכט", און שטארקע דברי הכנה צו די הייליגע מאמענטן פון שריפת הפתילות.
דערנאך איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צום מקום השריפה, אריינווארפנדיג די פתילות הקודש אינעם פייער, בעת דער ציבור הייבט זיך אין די לופטן אויפ'ן ניגון "צוה ישועות יעקב", וגילו ברעדה, הילט ארום דעם ציבור א חרדת קודש זעענדיג דעם רבי'ן זאגן פאר'דביקות'ט די ווערטער "להבה תלהט הרשעים", ומילין לצד עילאה ממלל משפיע צו זיין א מפלה פאר די רשעים ושונאי ישראל.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט פייערליכע ניגוני שמחה וואס האט זיך פארצויגן פאר העכער א האלבע שעה, ווען דער הויכפונקט גרייכט ביים סקולענער ניגון "את תעזבינו", וינועו אמות הסיפים.
נאך 4 שעה פון רוחניות'דיגע אורות איז דער טיש פארענדיגט געווארן, ארום 10:30, און דער רבי האט פארטיילט חנוכה-געלט כנהוג, און ארויסבאגלייט געווארן בשירה וזמרה.










































תגובות