מאנסי: דערהויבענע זאת חנוכה טיש געפראוועט בהיכל "מתיבתא תורה ויראה" דסאטמאר דורך האד' מסאטמאר - ריש מתיבתא
- Bechatzros admin
- לפני 6 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' ויגש • ד' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם מאנטאג ביום זאת חנוכה האבן די קרוב צו צוויי הונדערט בחורי חמד תלמידי מתיבתא הקדושה תורה ויראה סאטמאר אין שטאט מאנסי געהאט די זכיה אז דער ריש מתיבתא קדישא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט געפראוועט דעם שולחן הטהור בין כותלי הישיבה לכבוד האי יומא רבה זמן החתימה.
ווי ברייט באריכטעט האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דעם זומער מייסד געווען די נייע "מתיבתא תורה ויראה" געאייגנט אלס מקום תורה מיט א ספעציעלער מסגרת פאר די מער עלטערע בחורים יוצאי ישיבה גדולה ד'סאטמאר, נאכן משלים זיין זייערע לימודים אין די ישיבה גדולה, זיי זאלן קענען ווייטער פארבלייבן בהיכל ה' צו שטייגן בתורה ועבודת ה' כראוי וכיאות אין אן ערנסטן אטמאספער. אצינד אין די געהויבענע זמן נעילת ימי החנוכה און גמר החתימה פון די ימים הנוראים האבן די בחורי חמד געהאט די זכיה מיטצולעבן געהויבענע מאמענטן ביים עריכת שולחן הטהור לכבוד היום וואס די רבי שליט"א האט געווידמעט ספעציעל פאר די חשובע בחורים תלמידי המתיבתא.
אנקומענדיג בשערי המתיבתא האט די רבי צום ערשט געדאוונט מנחה ברוב עם, און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה, דורכאויס דעם טיש האט די רבי שליט"א משמיע געווען לענגערע דברות קודש בדברי פלפול ודרוש מענייני דיומא באגלייט מיט דברי חיזוק והדרכה פאר די תלמידים כבנים, מען האט געבענטשט פארן זמן רבינו תם, צו קענען זאגן ועל הניסים לויט אלע שיטות, מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער ראש הישיבה הגה"צ רבי שלום גליק שליט"א.
נאכן טיש איז די רבי אריבער צום דערנענבדיגער בנין ווי עס איז אויפגעבויט געווארן די מקווה מפוארה פאר די מתיבתא הקדושה, די רבי איז ארומגעגאנגען מיט די מנהלים און באטראכט אלע הידורים און חומרות בתכלית הכשרות, די רבי האט דערביי אויסגעדרוקט גרויס התפעלות און קורת רוח פון די שנעלע ארבעט אהערצושטעלן די מקוה אין בלויז צוויי וואכן.
די רבי שליט"א איז פון דארט אהיימגעפארן לביתו נאווה קודש אין וויליאמסבורג, איברעלאזנדיג אן אויסטערלישע רושם אויף די תלמידי מתיבתא, ווייטער צו שטייגן בתורה ויראת שמים.













