top of page
האד' מוויזניץ מאנסי אין א זעלטענעם רוף צו חסידים צו שטימען בלויז פאר קאנדידאטן אינדארסירט דורך די מוסדות
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש שטייענדיג געציילטע טעג בעפאר די וואלן וואס קומט פאר די קומענדיגע וואך האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, נעכטן מיטוואך אין א זעלטענעם ערשייונג אויפגעפאדערט פון די חסידים ארויסצוגיין שטימען בלויז פאר די אפציעלע מוסדות אינדארסירטע קאנדידאטן. די רבי שליט"א האט איבערגעגעבן די חובת השעה אנבאלאנגט די בעפארשטייענדע וואלן בעת די דרשת פתיחת הזמן פאר די אברכי הכולל, וואו דער רבי האט ארויסגעברענגט דעם בלבול וואס הערשט אין די אלגעמיי


הכנה דרבה צו ערשטער חתונה פון אן אייניקל ביי האד' מלעלוב על אדמת אמעריקע
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בשמחה רבה וחדוה עילאה גרייטן זיך מאסן לעלובער חסידים און מעריצים אין ניו יארק צו די געהויבענע שמחה בחצר הקודש, שמחת החתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון אמעריקא, וואס וועט צום ערשטן מאל געפראוועט ווערן על אדמת אמעריקא און טוט אויפברענגען נאסטאלגישע הרגשים ביי אלע תלמידים וחסידים גרייכענדיג דעם געהויבענעם מאמענט. די שמחת הנישואין וואס איז באשטימט אויף דעם קומענדיגן ראש חודש כסליו, טראגט א היסטארישע באדייט, נ


הכרת הטוב: האד' מצאנז באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א נאכפאלגנדיג די קריטישע וואלן
דאנערשטאג פרשת וירא • י"ח חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אפגעשטאט א באזוך במעון תורתו פון ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, וואו דער רבי שליט"א האט אויסגעדרוקט זיין טיפע הכרת הטוב און באדאנקט דעם ראש הישיבה בשם די רבבות אלפי ישראל יושבי ארץ הקודש, פאר זיין אויסטערלישע מסירות נפש, בטרחא דגופא ובטרחא דגברא רבה, וואס ער האט גענומען אין די לעצטע צוויי וואכן, מכתת רגליו צו זיין לארכה ולרחבה פון גאנץ ארץ ישראל, למען הצלחת המערכה פאר'


חסידי אמשינוב און תושבי ביתר האבן באגלייט למנוחות מרת מיליקובסקי ע"ה שנור פון האד' מאמשינוב
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש בקול נהי ובכי תמרורים, האבן מאסן חסידי אמשינוב באגלייט למנוחת עולמים די חשובע אשת חיל מרת חיה לאה מיליקאווסקי ע"ה, אשת הרה"צ רבי משה מיליקאווסקי שליט"א, בנו חביבו ויד ימינו פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, וועלכע איז אזוי טראגיש אוועקגעריסן געווארן אין בליענדן עלטער פון בלויז 34 יאר, איבערלאזנדיג נאך זיך א קינדער-געבענטשטע שטוב מיט יתומים ל"ע, און עדת חסידי אמשינוב בכל מקום שהם צושוידערט און צובראכן נאכן ערהאלטן די בשורת איוב ב


בנעילת שער: האד' מבעלזא אפגעגעבן זיין שטימע אין די קריטישע וואלן
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש יעצט ביינאכט בעת נעילת שער געציילטע רגעים איידער די שטים בודקעס אין ארץ ישראל האבן זיך געשלאסן איז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אנגעקומען צו די רמות געגענט אין ירושלים, קומענדיג בטירחא דגופא ובטירחא דגברא רבה אפצוגעבן זיין שטימע ביי די קריטישע וואלן, אין די לאקאלע שטים בודקע. נאכן וועלן פאר די רשימה פון יהדות התורה אות ג' האט דער רב שליט"א ווארעם אנגעוואונטשן די נייע חבר הכנסת מטעם ק"ק בעלזא העסקן הרב אליקים שטארק הי"ו.


מעמד אדיר סיום הש"ס דורך סאטמארער ש"ס חבורה "זכרו" וועט געפייערט ווערן אין ריזיגן "נעסאו קאלעסיום" סטאדיום
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש שטייענדיג געציילטע חדשים אפגערוקט פון דעם היסטארישן יומא טבא רבנן ״חג התורה״, מעמד סיום והתחלת הש״ס דורך די סאטמארער ש"ס חבורה ״זכרו״, וואס איז באשטימט געווארן אויף קומענדיגן זונטאג פ' כי תשא - פורים קטן, איז מיט גרויס עקסטאז אויפגענומען געווארן ביי נאנט צו א רבבה לומדי החבורה, אז עס איז ב"ה געלונגען פאר די עסקנים ארויסצודינגען דעם מעגא-גיגאנטישן ״נעסאו קאלעסיום״ סטעדיום, וואס וועט דינען אלס אכסניא של תורה פאר די מעמד אדיר נשג


האד' מדושינסקיא ערווארטעט צוגאסט אין לאנדאן לטובת אפקויף פון נייעם בנין התלמוד תורה דושינסקיא אין שטאט
מיטוואך פרשת וירא • י"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי דושינסקיא אין די חרדי'שע לאנדאן זענען אין די יעצטיגע טעג איינגעהילט אין התרגשות דקדושה זיך גרייטנדיג צום "ביקור הקודש" וואס כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א טוט אונטערנעמען דעם קומענדיגן פ’ חיי שרה הבעל"ט, מיטן ציל אויפצוטרייבן שטיצע לטובת דעם נייעם פראכטפולן בנין התלמוד תורה וואס אנטשפרעכט א מגדל עוז פאר ק״ק דושינסקיא אין שטאט. דער רבי שליט"א וועלכער וויילט אין די יעצטיגע טעג אין ניו יארק לרגל די שמחת החתונה פון אן


בונים פונעם נייעם גיגאנטישן "היכל השולחנות" בחצה"ק סקווירא וועלן מיטלעבן זעלטענעם "שבת מיט'ן רבי'ן" אין אריזאנע
דינסטאג פרשת וירא • ט"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש אין די צייט וואס מען גרייט זיך בחצר הקודש סקווירא צוצוטרעטן צום מלאכת הבנוי', אויפצובויען א נייעם גיגאנטישער "היכל השולחנות", און "היכל התורה" אויפן ארט פונעם היכל "ביהמ"ד הישן ד'שיכון סקווירא", קומט אריין די היסטארישע נייעס איבער א ספעציעלע שבת לנגידים וואס כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט אפרעכטן אין אריזאנע אינאיינעם מיט די נגידים בעם, יחידי סגולה, וואס וועלן זיך לאזן קאסטן מיט די פאנטאסטישע סומע פון א האלב מיליאן דאלאר און


לבקש רחמים: זקן ראשי הישיבות באייראפע הגאון רבי אברהם גורביץ שליט"א שפיטאליזירט
דינסטאג פרשת וירא • ט"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש לקיים בנו חכמי ישראל: אידישע קינדער איבער דער וועלט ווערן געבעטן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון דער זקן ראשי הישיבות באייראפע, הגאון האדיר רבי אברהם גורביץ שליט"א, ראש ישיבת געיטסהעד, וועלכער איז היינט אויפדערנאכט אין ענגלאנד אפגעפירט געווארן אין שפיטאל צוליב געזונטהייט קאמפליקאציעס. דער ראש ישיבה שליט"א מוטשעט זיך שוין באלד צוויי וואכן מיט א הארבע אינפעקציע, און האט צוליב דעם נישט איבערגעגעבן קיין שיעורים אין ישיבה זינט אנה


קאנגרעסמאן מייק לאולער באזוכט ביי האד' מסקווירא צו די בעפארשטייענדע וואלן
דינסטאג פרשת וירא • ט"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש פארגאנגענעם וואך דינסטאג בעת די זמני כניסה ביי כ''ק האדמו"ר מסקווירא שליט''א האט באזוכט ביים רבי'ן, קאנגרעסמאן מייק לאולער, וועלכער איז געקומען אפנעמען דעם ברכת הקודש צו זיין ווידערוויילונג אין קאנגרעס זייענדיג באגלייט דורך זיין אידישע געהילף ראפי זילבערבערג, דער מעיאר פון שיכון סקווירא הרב ישראל משה שפיטצער און נאך עסקנים. לאולער האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט מיטן רבי'ן פארשידענע עניני הכלל ווען א גרויס טייל פונעם וויזיט אי


אל תגעו במשיחי: האד' מערלוי מיט שארפן מחאה קעגן דברי בזיון אויף הרה"ק מבעלזא זי"ע איבער דעת קדשו בנוגע די בחירות
דינסטאג פרשת וירא • ט"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש א חוצפה'דיגע סצענע האט זיך אפגעשפילט דעם זונטאג אינדערפרי אין ביהמ"ד הגדול ערלוי אין די קטמון געגענט, ווען א געוויסע פארשוין באיצטלא דקנאות איז נאך תפלת שחרית, צוגעגאנגען צו כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א און אנגעהויבן מיט א היציגע טאן זיך אויסצו'טענה'ן מיטן רבי'ן שליט"א לגבי די בעפארשטייענדע בחירות, היתכן דער רבי האט ארויסגעגעבן זיין הוראה אז מען זאל זיך משתתף זיין ביי די בחירות. אינמיטן די טענה'ריי וואס האט געהאלטן ביי היציגע טענע


שאק און שוידער אין אמשינוב — מרת חיה לאה מיליקובסקי ע"ה שנור פון האד' מאמשינוב נפטר געווארן אין בליענדן עלטער
מאנטאג פרשת וירא • ט"ו חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש ברוך דיין האמת: שאק און שוידער האט ארומגענומען חסידי אמשינוב, נאכ'ן ערהאלטן די ביטערע בשורת איוב איבער די פריצייטיגער פטירה פון האשה החשובה מרת חיה לאה מיליקאווסקי ע"ה, אשת חבר הרה"צ רבי משה מיליקאווסקי שליט"א, בנו חביבו ויד ימינו פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, וועלכע איז נפטר געווארן אין בליענדן עלטער פון בלויז 34 יאר, איבערלאזנדיג נאך זיך א קינדער-געבענטשטע שטוב מיט יתומים ל"ע. די ידיעה, וואס האט זיך נארוואס צושפרייט ווערט ג


דברים קילורין לעינים פון האד' מזידיטשוב ווערעצקי איבער בעפארשטייענדע בחירות אין ארץ ישראל | ווידיאו
מאנטאג פרשת וירא • ט"ו חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש דברים קילורין לעינים איז געהערט געווארן פון כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב ווערעצקי שליט"א ביים מלוה מלכה פארגאנגענע מוצאי שבת, וואו די רבי האט זיך באצויגן איבער די יעצטיגע מצב אנבאלאנגט די בעפארשטייענדע בחירות אין ארץ ישראל. דער רבי האט ארומגעקאכט איבער די חכמה און ווייטע בליק פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אשר כל דבריו חיים וקיימים, היינט צוטאגס זעט מען בחוש ווי ער איז געווען גערעכט, וואס א חוץ זיין קדושה וטהרה איז ער געווען דער חכם עדיף מנביא


חסידי סאטמאר אין בני ברק באוויינען פטירה פון הגאון החסיד הישיש רבי חיים שלום קליין זצ"ל מרבני ופני העדה
מאנטאג פרשת וירא • ט"ו חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי סאטמאר באוויינען די פטירה פון הגאון החסיד רבי חיים שלום קליין זצ"ל, מפארי וחשובי רבני ק"ק סאטמאר אין בני ברק, וועלכער איז היינט נאכמיטאג נפטר געווארן בשיבה טובה אין עלטער פון 90 יאר. דער חשובער נפטר זצ"ל איז געווען א דמות פון אן פארצייטישער איש חסיד, וואס האט נאך צוגעזען און געשעפט תורה ויראת שמים פון די צדיקי קדמאי. ער איז געבוירן י"ט תשרי בשנת תרצ"ז אין שטאט טעמישוואר אין ראמעניע צו זיין פאטער הרה"ח רבי ישראל קליין זצ"ל


קל נא רפא: האד' מזמיגראד אריינגעפירט אין שפיטאל נאכן אומפאלן דעם שבת בבית מדרשו
זונטאג פרשת וירא • י"ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש דעם שבת איז כ"ק אדמו"ר מזמיגראד שליט"א על ישראל הדרתו אין שטאט בארא פארק, אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך וואס דער רבי איז שבת אינדערפרי אומגעפאלן, פאראורזאכנדיג שווערע יסורים וואס האט ערנסט אפגעשוואכט דעם רבי'ן ל"ע. דער רבי שליט"א איז אומגעפאלן בשעת קריאת התורה בבית מדרשו אויף די דריי און פערציגסטע גאס און איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך וואס עס איז אנטשטאנען א פארדאכט אז דער רבי ליידט פון א צובראכענע ביין. אין לויף


האד' מגור הייבט אן דיאליזיס באהאנדלונגען; בניו הרבנים מתפלל געווען ביים ציון הק' פון צדיקי בית גור
זונטאג פרשת וירא • י"ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש חסידי גור בכל מקומות מושבותיהם פאלגן נאך מיט זארג און זענען מעתיר בתפלה ותחנונים אין ליכט פון דעם וואס כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א הייבט היינט זונטאג אן א סעריע דיאליסיס באהאנדלונגען, לויט דער אנווייזונג פון די דאקטוירים, נאכדעם וואס דער רבי מוטשעט זיך די לעצטע תקופה מיט קאמפליקאציעס אין די נירן, ל"ע. דאס קומט נאך מערערע אונטערזוכונגען און אפשאצונגען דורך פראפעסארן, סיי פון אמעריקע און סיי פון ארץ ישראל, וועלכע זענען ספעציאליזירט אי


כי בא אורח: יהדות ניו יארק גרייט זיך לקבל פני הוד כ"ק האדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א;
מוצאי שבת פרשת לך לך • י"ג חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש שטורמישע געפילן נעמט ארום דאס יהדות החרדות אין ניו יארק, האבנדיג די זכיה צו אנטפאנגען את פני הקודש פונעם גרויסן גאסט פון ארצינו הקדושה, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א ממנהיגי היהדות הצרופה בעיר השם שמה, וועלכער וועט די קומענדיגע וואך גרייכן די ניו יארקער האפן אויף א געהויבענעם באזוך, אויפצוטרייבן שטיצע למען החזקת מוסדותיו הקדושים על טהרת הקודש אין ירושלים עיר הקודש און לטובת די "כוללים אימפעריע" בנשיאותו וואס איז אויס


צהלי ורוני יושבת אייראפע: היסטארישע נסיעה פון גדולי ומאור הדור בארצות אייראפע לטובת קרן עולם התורה
מוצאי שבת פרשת לך לך • י"ג חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש דאס יהדות החרדית בארצות אייראפע איז איינגעהילט אין א התרגשות'דיגע שטימונג זיך גרייטנדיג מקבל פנים צו זיין די גדולי הדור רבותינו שבארץ ישראל וואס וועלן ווידער ארויספארן קיין חוץ לארץ אויפצוטרייבן פרישע מיליאנען לטובת די קרן עולם התורה בארה"ק, דאסמאל קיין אייראפע מזכה צו זיין די ארטיגע אידן מיט די גרויסע זכיה להחזקת עולם התורה. שוין איבער צוויי יאר איז אריבער זינט די גדולי ראשי הישיבות האבן אוועקגעשטעלט דעם קרן עולם התורה, מי


חסידי מונקאטש איבערראשט איבער געפלאנטע הכנסת ספר תורה דורך האד' ממונקאטש; געלאזט שרייבן נאך זיבן יאר צוריק
דאנערשטאג פרשת לך לך • י"א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש מיט איבערראשנדע עקסטאז ווערט אויפגענומען ביי תלמידי וחסידי מונקאטש אומעטום איבער א חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס דער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א פלאנט אפצורעכטן אויף די אייגענע פריוואטע ספר תורה וואס ער האט געלאזט שרייבן באופן הצנע לכת, דערמיט צו מקיים צו זיין די מצוה רבה פון כתיבת ספר תורה, כמנהג זקינו הרה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע וועלכער האט אויף די עלטערע יארן געלאזט שרייבן אן אייגענע ספר תורה. לויט ווי ס'וו


אל תלכו בדרך אתם: שארפע און קלארע הוראה פון האד' מסלאנים נישט אנטיילצונעמען אין די בעפארשטייענדע בחירות
דאנערשטאג פרשת לך לך • י"א חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש גאר שארפע און קלארע דיבורים איז געהערט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א צו די בעפארשטייענדע בחירות אין ארץ ישראל וואס דער רבי האט משמיע געווען נעכטן מיטוואך אויפדערנאכט במעמד קהל רב בעת די סעודת הילולא פון זקינוהרה"ק בעל יסוד העבודה מסלאנים זי"ע. דער רבי שליט"א האט צום ערשט אויפגעברענגט די השתלשלות הענינים, און באטאנט אז אלע יארן ביז אהער ווען עס איז געקומען די זמן הבחירות האט ער קיינמאל נישט אריינגערעדט אין די ענינים


bottom of page

