top of page
גייסטרייכע שבת אין קאנעטיקוט פאר תומכים פון "מרכז מוסדות בעלזא" בראשות הרב שלום רוקח שליט"א נכד האד' מבעלזא
מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש א גייסטרייכע שבת התעלות "שבת מלכות" איז אפגעראכטן געווארן דעם פארגאנגענעם שב"ק פרשת תולדות ספעציעל געווידמעט פאר די נדיבים בעם חסידי בעלזא בארצות הברית וועלכע האבן ביישטייערט באדייטענדע סומעס לטובת "מרכז מוסדות בעלזא", דער שבת איז באשיינט געווארן דורכן אורח הדגול הרב ר' שלום רוקח שליט"א נכדו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואס איז געקומען צופארן לעשות את השבת בשליחות הקודש פונעם בעלזא רב שליט"א. הרב ר' שלום שליט"א האט געלאדנד


ווידיאו • רייכע ויעדה "כי בא אורך" צום אויפבוי פונעם ביהמ"ד הגדול דחסידי זוטשקא
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש


מאסן-צוזאמקום פון סאטמארער חסידים ביים דינער השנתי לטובת מוסדות סאטמאר בארא פארק
דאנערשטאג פ' וישלח • י''ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש די זאלן פון "עטרת חי'" אין בארא פארק איז דעם מוצאי שבת געווען דער אכסניא של תורה פון מאסן סאטמארער חסידים תושבי העיר, וואס האבן זיך פארזאמלט כאיש אחד בלב אחד צום כינוס השנתי, מחזק צו זיין די הייליגע מוסדות "מוסדות תורה ויראה דרבינו יואל מסאטמאר" ביים יערליכן דינער לטובת המוסדות וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט א שטארקע הצלחה און סייעתא דשמייא. דער אויבן אן איז באשיינט געווארן מיט דאס השתתפות פון הרבנים הגאונים וצדיקים, רבני הע


געהויבענער באזוך פון האד' מסאטמאר אין לעיקוואוד להחזקת המוסדות
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי סאטמאר אין דעם סאטמארן ישוב אין לעיקוואוד, האבן געהאט די זכי' צו מקבל זיין פני נשיא העדה כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט אפגעשטאט א בליץ באזוך אין די קהלה ומוסדות הק' אין לעיקוואוד אויף לענגערע שעה'ן במשך פאריגן זונטאג וישלח העעל"ט. דער רבי שליט"א איז ארויסגעפארן באלד זונטאג אינדערפרי ממעון קדשו אין וויליאמסבורג, אנקומענדיג קיין לעיקוואוד איז דער רבי שליט"א צוגעפארן תיכף לבנין ביהמ"ד הגדול אין דעם היימ


מסובין בבני ברק: היסטארישער מעמד חנוכת הבית פארן בנין בית חינוך לבנות ד'סאטמאר אין בני ברק
מיטוואך פ' וישלח • י''ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם זונטאג ויצא העעל"ט נאכן דערהויבענעם שבת אין אתרא קדישא מירון איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בני ברק און תיכף צוגעפארן צום בנין החדש בית חינוך לבנות 'בית פיגא" דחסידי סאטמאר וואס איז באנייעט געווארן ביים ביקור המרומם פון רבי'ן אין שטאט. די רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פראכטפולן בנין, דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אויף אלע שטאקן. דערנאך איז פארגעקומע


מעמד אדיר "כי בא אורך" לטובת בניית בית המדרש הגדול זוטשקא געשלאסן מיט אויסטערלישע סוקסעס
דינסטאג פ' וישלח • י''ב כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר א הערליכער מעמד נרגש איז פארגעקומען דעם מוצש"ק העעל"ט דורך הונדערטער חסידים, מעריצים ובאי חצר הקודש זוטשקא, ביים גראנדיעזן מעמד "כי בא אורך" לטובת די אויפבוי פונעם בנין בית המדרש הגדול בית זוטשקא אין בני ברק בנשיאות כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א. דער מעמד איז פארגעקומען אינעם עלעגאנטן 'ווינישען' זאל אין פתח תקוה, וואס איז געווען פראכטפול דעקארירט און אהערגעשטעלט אויף זייער א רייכע שטייגער, לכבוד העם הנאספים


בדרכי אבותינו: גייסטרייכע נסיעה בראשות האד' מנדבורנא ירושלים צום עיר האבות חברון מיט שותפי המוסדות
מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך האט כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א אונטערגענומען א נסיעה רוממה צום עיר האבות חברון, אלס א השלמה צום מסע המרומם צום עיר האבות בישטינא אין אוקריינע בראשות פונעם רבי'ן אין די פארלאפענע ימי הסליחות. די יעצטיגער נסיעה געווען געווידמעט פאר די יונגעלייט חברי קהילה קדושה נדבורנא ירושלים, שותפים אין די מוסדות הקדושים וואס האבן נישט געקענט טיילנעמען אין די נסיעה קיין בישטינא צוליב די פרישע סאנקציעס דורך די מדינת ישראל


מעמד נהדר יובל החמשים צום אפצייכענונג פון פופציג יאר זינט די התייסדות פון קהל בית חיים יהושע
דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י. ,JDN מיט געהויבענע געפילן האבן פילע חסידי ובאי חצר הקודש בית חיים יהושע אין בארא פארק מיטגעהאלטן פאריגן מוצאי שבת תולדות א גרויסארטיגער חגיגה אדירה און מעמד משולשת, צו פייערן די דרייפאכיגע חגיגה וועלכע האט אפגעצייכנט א "יובל החמשים", גאנצע פופציג יאר זינט די התייסדות פון קהל בית חיים יהושע, וואס איז ב"ה אין לויף פון די יארן אויסגעשטיגן אלס א הערליך חסידיש ווינקל ווי פילצאליגע חסידים ואנשי מעשה קלאמערן ז


הונדערטער חסידי טשערנאביל אנגעשלאסן מיט ברען צו העלפן בויען ביהמ"ד החדש טשערנאביל ביי מעמד "בית חיינו"
דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בלום,JDN על פי קריאת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א האבן זיך עדת חסידי טשערנאביל אין אמעריקא איינגעזאמלט ביים מעמד ועידת בית חיינו, לטובת די קרן הבנין פונעם ביהמ"ד החדש טשערנאביל אין שטאט בארא פארק, שוין עטליכע יאר וואס די קאנסטרוקציע ביים שטח הבני' פונעם נייעם ביהמ"ד פיבערט מיט העפטיגע בוי ארבעט, עס קומען און גייען טאג טעגליך פילע ארבעטער וואס זענען מנצח על מלאכת בית השם, צו באגלייטן די בוי ארבעט


שפאנונג צווישן חסידי ומעריצי זוטשקא צום מעמד אדיר "כי בא אורך" לטובת אויפבוי פון ביהמ"ד הגדול והחדש זוטשקא
מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש ווי שוין ברייט באריכטעט גרייטן זיך חסידי ומעריצי ואוהבי בית זוטשקא אויף דעם קומענדיגן מוצאי שבת קודש פרשת ויצא הבעל"ט צום היסטארישן מעמד "כי בא אורך" לטובת די אויפבוי פונעם בנין בית המדרש הגדול בית זוטשקא אין שטאט בני ברק, וואס איז באקאנט אלס א מקום שואבת לכל דורש ומבקש, חסידים ואנשי מעשה המתסופפים בצלו פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א, וועלכע איז באקאנט מיט זיין געוואלדיגע כח השפעה לקרב בני ישראל לאבינו שבשמים, און דינט ווי א לייכט


ריזן כינוס "כולנו שותפים" נעמט צונויף חבריא קדישא נחלת יעקב אין ניו יארק אין גיגאנטישן וועסטשעסטער קאונטי סענטער
דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN הונדערטער תלמידים ומעריצים וואס זענען אנגעשלאסן אין די חבורה הקדושה נחלת יעקב אין אמעריקא האבן געהאט די זכי' עילאה מיטצוהאלטן דער כינוס אדיר און מעמד 'כולנו שותפים' וואו מען האט דערביי מקבל געווען פני כבודו פון המשפיע המפורסם, מלהיב לבבות בני ישראל הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, ראש חבורת ״נחלת יעקב״ אין ירושלים עיה"ק וועלכע איז געקומען צו פארן ממעון קדשו בהר ה' צו באשיינען די מעמד לטובת מוסדותיו הקדושי


חסידי באבוב קומען ארויס אין שטיצע ביי יערליכע מעמד כבוד התורה אין כולל זכרון חיים ד'באבוב
מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארגאנגענעם ליל ששי איז פארגעקומען אין בארא פארק די יערליכע מעמד כבוד התורה אין די בארימטער כולל זכרון חיים ד'באבוב ווי באבובער חסידים זענען ארויסגעקומען מאנסווייז צו שטיצן די תורה אימפעריע פון די חשובע כולל מיט אירע הונדערטער לומדים און מערערע חבורות בכל מקצועות התורה. דער מעמד איז געווען אין שפיץ פון כ''ק אדמו''ר מבאבוב שליט''א וועלכער האט משמיע געווען דברות קודש לכבוד העם הנאספים, און דערנאך פארטיילט תעודות פאר קרוב צו הונדערט


ווידיאו • מעמד "כולנו שותפים" אין ניו יארק לטובת מוסדות נחלת יעקב אין שפיץ פון הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א
דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


פראכטפולע דינער פאר נגידים תושבי ארה"ק לטובת 'קרן עולם התורה' אפגעהאלטן אין שטאט בני ברק
מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר נעכטן זונטאג איז פארגעקומען אין בני ברק א פראכטפולער דינער לטובת דעם בארימטן "קרן עולם התורה" וואס איז נתייסד געווארן דורך די גדולי ראשי הישיבות פון ארץ ישראל, מחזק צו זיין דעם עולם התורה והישיבות וועלכע שטייען אויס רדיפות מצד די ציוניסטישע ממשלה וואס וויל ארויפצווינגען דעם ביטערן גזירת הגיוס אויף די בני ישיבות און עולם התורה אין אר"י היו לא תהי'. אין די לעצטע צוויי יאר נאכדעם וואס די גדולי התורה והחסידו


געהויבענעם מסע התעוררות דורך האד' מסאסוב קיין אייראפע אינאיינעם מיט נגידי החסידות
מיטוואך פ' וירא • י''ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א גאר געהויבענער מסע התעוררות צו די קברי אבות אין אונגארין אין ראמעניע, איז אפגעהאלטן געווארן דורך כ''ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, אינאיינעם מיט א געקליבענע צאל נגידים ותומכים פונעם רבינס פריוואטער קופה "קשר של קיימא", וועלכע האבן אין די לעצטערע פאר יאר בייגעשטייערט ריזיגע סומעס לטובת די מפעלי הצדקה והחסד בנשיאותו פונעם סאסובער רבי'ן און האבן גענומען א חלק אין די פרישע הרחבת גבולי הקדושה פראיעקטן בקרב הקהילה. די געהויבענע איין-טאגיג


מסיבה מפוארה אין לאורענס לטובת כולל חיים ושלום מונקאטש בראשות האד' ממונקאט
דינסטאג פ' וירא • י''ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אן עלעגאנטע מסיבה איז אפגעהאלטן געווארן אין לאורענס אין די פייוו טאונס להחזקת כולל חיים ושלום זכרון צבי מונקאטש אין בארא פארק. די מסיבה ווערט אפגעהאלטן יאר יערליך אין שטוב פון הנגיד ר' יוסף עסטרייכער הי"ו א מונקאטשער חסיד פונדערהיים וועלכע האט די זכיה יארן לאנג צוצושטעלן די מסיבה לכבודה של תורה ולומדיה, מיטן השתפפות כבוד פונעם נשיא הכולל כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א. ביים אנקומען האט די רבי שליט''א באגריסט די ל


הרה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א דערווארט צוגאסט אין ניו יארק; רייכע מעמד "כולנו שותפים" לטובת מוסדות נחלת יעקב
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידים ותלמידים גרייטן זיך מיט התרגשות מקבל פנים צו זיין פני הגה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב אין ירושלים עיה"ק, וועלכער וועט אנקומען אויף א קורצן באזוך קיין ניו יארק לשמחת לב חסידיו ואנשי מעשה וואס וועלן נהנה זיין מאורו במשך דעם באזוך. דער רב שליט"א קומט צו פארן קיין ניו יארק לטובת די מוסדות נחלת יעקב אין ירושלים, ביי וועלכן פילצאליגע אידן זקנים עם נערים זענען זיך כסדר מתחמם לאורו הבהיר אויף א געה


רייכע אוונט 'לב המלכות' אפגעראכטן געווארן פאר נגידי וויזניץ לטובת 'קופת המלכות' - פריוואטע צדקה קאסע פון האד' מוויזניץ
מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר א רייכע מעמד 'לב המלכות' איז אפגעראכטן געווארן די פארלאפענע וואך לטובת 'קופת המלכות', די פריוואטע צדקה קאסע פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. די מעמד איז פארגעקומען אויף א עלעגאנטע פארנעם אין די 'ציפורי הכפר' האטעל, מיט די באטייליגונג פון א גרעסערע צאל נגידי ותומכי חצר הקודש וויזניץ. די מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט א זיץ 'ליל ששי' כתקנת הקודש, און מ'האט געהערט ווערטער פון הרה"ג שאול יחזקאל גרינפעלד שליט"א


ויעקב נסע סוכתה: הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א רעכט אפ באזוכן בסוכות נדיבים בעם לטובת מפעל עונג שבת ויו"ט
מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דעם חול המועד האט כבוד הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אפגעראכטן עטליכע ביקורי הוד אין די סוכות פון לעגענדארע פילאנטראפן ביים חרדי'שן אידנטום וועלכע האבן געוויילט אויף יו"ט סוכות בקרתא דשופריא ירושלים עיה"ק, זייענדיג מעורר די נדיבים בעם צו נעמען א חלק אין די וועלט-בארימטע מפעל צדקה וחסד "עונג שבת ויו"ט". הגה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א איז געווארן באגלייט דורכ'ן בארימטן שר החסד הרב אפרים שטערן שליט"א יו"ר מפעל עונג


ווידיאו • מסע המרומם פון האד' מנדבורנא ירושלים קיין בישטינא מיט די נגידי ותומכי המוסדות
מוצאי שב"ק פ' האזינו • י'ב תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש


bottom of page

