סאטמאר'ס שטאט ״קרית יטב לב״ אפגעהאלטן יעריכע דינער ״הוד והדר״ לטובת המוסדות אין ברען פון תקופת ההתמנות
- לפני 12 שעות
- זמן קריאה 4 דקות
מאנטאג פ' תרומה • כ''ט שבט | בחצרות הקודש

הונדערטער חסידי סאטמאר תושבי עיר קרית יטב לב המעטירה האבן דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג משפטים מיטגעהאלטן דעם מעמד "הוד והדר", וואו ס'איז אפגעצייכענט געווארן די אויסטערלישע "הרחבת גבולי הקדושה" אינערהאלב די ארטיגע בליענדיגע מוסדות הקדושים, אין ברען פונעם תקופת ההתמנות וואס זאגט פאר דעם גאלדענעם עתיד העיר.
דער דינער איז געווען געווידמעט לע״נ דעם שר הצדקות לבית סאטמאר, הנדיב המפורסם רבי ישראל גאלדבערגער ע״ה, וועלכער איז בנוסף צו זיין א גענעראל לכל קדשי בית סאטמאר, איז ער געשטאנען לימין קדשו פון רבי'ן שליט"א מיט א מורא׳דיגער געטריישאפט פאר די מוסדות אין קרית יטב לב.
רבי ישראל ע״ה איז געווען דער ראש וראשון צו קויפן א ״שם הבנין״ אין שטאט, דער בנין גאלדבערגער הנודע לשבח ולתהלה. רבי ישראל איז געווען דער עמוד התווך יעדן יום טוב מיט די הערליכע סכומים פאר די מלמדים, און אזוי ווייטער איז ער צוגעשטאנען צו אלע פראיעקטן להגדיל העיר ולהאדירה, און תושבי העיר וועלן אים אויף שטענדיג געדענקען לטובה.
והאיר פני המזרח, דער שיינער אויבנאן מיט די חשוב'ע רבני העיר, ומלכם בראשם דער מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט”א, ולידו בנו יקירו הגה״צ אב"ד קרית ייטב לב שליט״א, דער איש על העדה וואס איז נישט לאנג צוריק אויפגענומען געווארן לעמוד בראש העיר והמוסדות הקדושים.
דער יושב ראש איז געווען דער בארימטער עסקן און פה מפיק מרגליות הרה״ח ר׳ אייזיק דאסקאל הי״ו, וועלכער האט אנגעפירט דעם מעמד מיט זיינע בליציגע רעיונות. בטוב טעם ומלא חן האט ער אין די ערשטע שטונדן אפגעהאלטן א העכסט איינדרוקספולן ״פאנעל״ מיט הרה״ח ר׳ שלום סאנדעל הי״ו פון קרית יואל, וועלכער האט דערציילט אייגנארטיגע אנעקדאטן און זכרונות מימי קדם בצל הרה"ק מסאטמאר זי״ע.
מיט גרויס אינטערעס האט דער עולם זיך צוגעהערט צום אויפטריט פונעם געטרייען חבר הנהלה הרה״ח מוה״ר יואל פאלקאוויטש הי״ו, וועלכער איז אריינגעטון ראשו ורובו אין די מוסדות.
מיט קורצע דיבורים האט דער חבר הנהלה אדרעסירט די לאגע פון די מוסדות מיט א פולשטענדליגער שלימות, מחד גיסא דער רוחניות וואס איז ממש א שם דבר אומעטום, ארויסהייבנדיג דערמיט דאס געטריישאפט פון די געטרייע מומחיות׳דיגע מלמדים ומנהלים, וואס זענען זיך מקריב מיט זייער הארץ און נשמה פאר אונזערע קינדערלעך. ומאידך גיסא האט ער געברענגט צום באוואוסטזיין פונעם ציבור דעם פולשטענדיגן ווירטשאפט, דער בודזשעט, ווי מ׳לייגט כוחות עצומות צו האלטן אלעס באלאנסירט, און דאס קען נאר פאסירן אדאנק וואס די עלטערן שטרענגען זיך איבער צו צאלן צייטליך שכ״ל.
ער האט ארויסגעהויבן די שמחה מרנינה מיט׳ן התמנות פונעם נייעם רב שליט״א, וואס הייבט אויף דעם מציאות פון די גאנצע מוסדות צו די העכסטע שטאפלען, און אפעלירט ביי יעדן איינעם, ובפרט ביי די נדיבים בעם, יעדער זאל זיך אנשטרענגען למעלה מכפי היכולת פאר'ן קיום ועתיד המוסדות, צו קענען ווייטער פארזעצן די הרחבת גבולי הקדושה.
א הויכפונקט איז געווען דער הערליכער אויפטריט פון נייעם רב הגה"צ רבי אהרן שליט״א, דער איש על העדה אשר יבוא לפניהם ואשר יצא לפניהם, זייענדיג נושא בעול האחריות פון דער גאנצער שטאט, ובמיוחד פון די מוסדות הקדושים, אנהייבנדיג א נייע גליקליכע עפאכע לכל העיר הזאת.
דער רב שליט״א האט ארויסגעברענגט דעם געוואלדיגן שבח הרוחני פון די מוסדות, דאס ערליכקייט, דאס געהויבנקייט, דער עליית החינוך, מסירת נפש פון די עומדים בראש, ברוחניות ובגשמיות, און שטארק באדאנקט די אלע עוסקים בצרכי ציבור באמונה פון דער שטאט. עס איז געווען הארץ דערווארמענד צו הערן ווי דער רב שליט״א לויפט אדורך אלע פראיעקטן פון שטאט, אחת לאחת, מיט א געוואלדיגער באהאווענטקייט על כל תנועה ותנועה, און דאן שטארק מעורר געווען יעדן זיך אנצושטרענגען און שענקען יותר מכפי היכולת.
דער קלימאקס איז געווען ווען דער רעיא מהימנא דער רבי שליט"א נשיא המוסדות, שעינו ולבו כל הימים אין די שטאט קרית יטב לב האט אנגעהויבן משמיע זיין דעם צענטראלן משא הקודש.
דער רבי האט נאך די דברי תורה בעניני דיומא בתוך דברות קדשו שטארק משבח געווען די מוסדות אין קרית יטב לב, ובפרט ארומגערעדט פון די לעכטיגע תקופה וואס מ׳גייט יעצט אריין, נאך דעם התמנות פון בנו הגה"צ רבי אהרן שליט״א, זייענדיג מרבה במקצת שבחו לפניו, די מורא׳דיגע טובה וואס אי״ה ארויסקומען פון דעם.
אויך האט דער רבי ארויסגעהויבן בשבחם פון די געטרייע מלמדים וכלי קודש, און די חברי הנהלה, וואס "יומם ולילה לא ישבותו", להרחיב את גבולי הקדושה. במיוחד האט דער רבי מעלה געווען מיט הארציגע ווערטער לזכרונו הבהיר פון דעם טייערן איש חסיד ושר הנדיבים הרה״ח ר׳ ישראל דוב גאלדבערגער ע״ה, וועלכער איז געשטאנען לימינו בקודש, להבחל״ח, מיט אזא מורא׳דיגער געטריישאפט, און איז געווען א ראש וראשון לכל דבר שבקדושה, זיך אויסדרוקנדיג א זעלטענע הגדרה אז ״יעדער דארף זיך פון אים לערנען״.
צום שלוס האט דער רבי שליט״א ארויסגעברעגט אז אויף כל קהלא קדישא הדין, די תושבי העיר, די עלטערן און די זיידעס און די אלע אנשי שלומינו ליגט דער פליכט און אחריות מחזיק צו זיין די מוסדות און די געטרייע עומדים בראש בגשמיות וברוחניות, ובפרט ווען מ'גייט דורך שווערע פינאנציעלע זמנים, אז מ׳זאל קענען אנהאלטן די עבודת הקודש פונעם חינוך הבנים והבנות ביתר שאת וביתר עז, און אין דעם זכות זאל מען זוכה זיין צו כל הברכות האמורות בתורה, און דער זכות פונעם פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע זאל מגין זיין אויף אלע תומכים להתברך בכל מיני השפעות טובות מעתה ועד עולם.
צום שלוס האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה הגונה פאר הנגיד הר״ר צבי ארי׳ שטערן הי"ו, וועלכער האט זיך אין די לעצטערע יארן ארויסגעשטעלט אלס אן עמוד התווך ובריח התיכון למען קיום העיר.
דער רבי האט אים בשער בת רבים געשאנקען א פראכטפולע מתנה, ספר הקדוש ויואל משה און על הגאולה פון הרה"ק מסאטמאר זי״ע, וואו דער רבי שליט״א האט אריינגעשריבן א פערזענליכער הקדשה בכתב יד קדשו.
אן אומגעהויערער חיזוק האבן גענאסן בהאי שעתא די מלמדים החשובים, די מסירת נפש׳דיגע כלי קודש פון די מוסדות אין קרית יטב לב, ווען זיי האבן באותו מעמד, בקהל עם, ערהאלטן א מתנה, מיד קדשו פון רבי'ן שליט״א דער ספר החדש, ״שפע יואל״, וואס דער מוציא לאור הנגיד ר' יואל לאנדא שליט״א, האט געשאנקען די מתנה הגונה פאר די כלי קודש היקרים.





































