top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פילאנטראפישע מסיבה בבית הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א טרייבט אויף א מיליאן דאלער פאר נייע סאטמארער - מתיבתא

  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: לפני שעה

דאנערשטאג פ' תרומה • ב' אדר | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: הלל ליכטענשטיין


אן אייגענארטיגע באנקעט איז אפגעהאלטן געווארן דעם פארגאנגענעם מאנטאג תרומה אין בארא פארק, בבית הגה״צ אבד״ק סיגוט שליט״א ובראשות אביו הגדול כ״ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א, ווי עס האבן זיך צוזאמגענומען א גרופע נגידים מפורסמים לבית סאטמאר און אינאיינעם בייגעשטייערט איבער א מיליאן דאללער לטובת די נייע מתיבתא תורה ויראה ד'סאטמאר.

 

די סאטמארער מתיבתא איז כהיום נודע בשערים אומעטום, מיט אירע אומגעהויערע הצלחה, נאך וואס דער סיגוטער רב שליט״א האט זיך דערינען אריינגעווארפן לימין הקודש פון זיין טאטן דער רבי שליט״א, אז די תלמידים זאלן האבן א מקום מוכשר נאכן משלים זיין די ישיבה יארן און אויסשטייגן בתורה וביראת שמים בדרך התורה והמסורה. אך דא עקא, אז דער עול הכבד פון עפענען א נייעם מקום, און דאס צושטעלן אלע הצטרכות אויפן שענסטן אופן, באגלייט פון א וואונדערבארער שטאב מרביצי תורה ציעט אריין אין שווערע מיליאנען דאלער.

 

די באנקעט איז פארגעקומען אויף א מלכות'דיגע פארנעם אין שטוב פונעם סיגוטער רב שליט"א, וואס דער רב שליט״א טוט לאורך כל הדרך, פון דער ערשטער רגע אנגעהויבן, באגלייטן די מתיבתא על כל תנועה ותנועה. דער רב שליט״א קומט כסדר אראפ וויילן בקרב התלמידים, און רעכט אפ דארט געהויבענע שבתים ומאורעות בשליחות הקודש פון רבי'ן שליט״א, ועינו פקוחה למען הצלחת כל תלמיד ותלמיד.

אויף פרעכטיג געדעקטע טישן איז געווען צוגעגרייט א סעודת ראש חודש כיד המלך. מיט יראת הכבוד האבן די אנוועזנדע נדיבים בעם מקבל געווען כ״ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א, וועלכער איז געקומען פערזענליך צו פארן מביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג זיך באטייליגן און באשיינען בראש המסובים און האט אויפגעטראטן מיט דברות קודש. דאן, האבן די נדיבים אונטערגעשריבן די שטרי התחייבות און בייגעשטייערט פאנטאסטישע סכומים לטובת המתיבתא, דערנאך האט דער רבי שליט"א געבעבן דעם גושפנקא דמלכא, אונטערשרייבנדיג די שטרות בכתי״ק, און געוואונטשן די נגידים מברכותיו הטהורות.



תגובות


bottom of page