top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דינער השנתי לטובת ביהמ״ד וכולל עצי חיים סיגוט לרגל הונדערטסטע הילולא פון הגה"ק בעל עצי חיים מסיגוט זי"ע

  • 27 בינו׳
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' בשלח • ח' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: הלל ליכטענשטיין

דעם מוצאי שבת איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק וואו דער רבי האט באשיינט ביים סעודת ההילולא לרגל די הונדערטסטע יארצייט פון זקינו הגה״ק בעל עצי חיים זי״ע אינאיינעם מיטן דינער השנתי לטובת ביהמ״ד וכולל עצי חיים סיגוט וואס איז מתנוסס לתפארה אין שטאט בארא פארק, על שמו ולזכרו הטהור פונעם בעל ההילולא. ס'איז פארגעקומען אין די ליפשיץ זאל אין בארא פארק  וואו א א גרויסן ציבור חסידים ואנשי מעשה האט זיך משתתף געווען בגוף ובממון.


ביים אנקומען האט דער רבי שליט"א באגריסט די רבנים אויפן אויבן אן, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה. נאכן זינגען די זמירות מלוה מלכה כנהוג, האט מען געהערט א דרשה נפלאה פונעם רבינס זון הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים שליט"א אבד"ק סיגוט, באגלייט מיט שיינע ענינים און סיפורים ועובדות פונעם בעל ההילולא.


דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען קורצע דברות קודש, דער רבי האט ארומגערעדט בשבח פונעם ביהמ״ד און דעם כולל אונטער די הנהגה פון זיין זון דער סיגוטער רב שליט"א וועם דער רבי האט שטארק משבח געווען, דערביי האט דער רבי ארויסגעברענגט די חשיבות פון שטיצן אזא מקום תורה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע משתתפים. דער רבי שליט"א האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס און דערנאך איז געווען א געלעגנהייט פארן ציבור דורכצוגיין וואונטשן לחיים.



תגובות


bottom of page