top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יערליכע דינער להחזקת כולל חיים ושלום זכרון צבי מונקאטש פארגעקומען אין בארא פארק

  • 26 בפבר׳
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' תצוה • ט' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י.,JDN

פארגאנגענעם זונטאג תרומה איז אין בארא פארק פארגעקומען די יערליכע דינער להחזקת כולל חיים ושלום זכרון צבי מונקאטש. די דינער איז פארגעקומען אין די עטרת גאלדא זאל, ווי הונדערעטע אידן, נדיבים בעם ותומכי מוסדות מונקאטש, אין די צענדליגע חברי ורבני הכולל האבן זיך צאמגענומען לכבודה של תורה ולומדיה.


נאך די ערשטע טייל פונעם מעמד האט מען געהאט די זכיה מקבל זיין פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א וואס האט זיך באגריסט מיט אלע רבנים אויפן אויבן אן. עס האט אויפגעטראטן מיט א דרשה די ראש הכולל הגה"צ רבי יוסף הורוויץ שליט"א וואס האט מיט זיין לשון לימודים משמיע געווען דעם דבר הכולל ארויסברענגענדיג די וואוקס פונעם כולל באיכות ובקמות.


צום קלימאקס האט מען געהערט די דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א וואס האט זיך באדאנקט פאר אלע חשובע רבנים פארן זיך משתתף זיין ביי די מסיבה, אין משמיע געוועהן דברי תורה וחיזוק. די רבי האט מסיים געווען מיט א יישר כח פאר אלע משתתפים בגוף ובממון אין ספעציעל אנגעוואונשטן פאר חתנו די ראש הכולל שליט"א ער זאל ווייטער מצליח זיין מיט זיין הרבצת התורה.


נאכן דיננער האט די רבי שליט"א פארטיילט א מתנה, פאר די גרעסערע נדיבים, און פאר אלע עסקני הדינער.



תגובות


bottom of page