top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עלעגאנטע ועידה "מצדיקי הרבים" פאר תומכי מוסדות פאפא מאנסי אין שפיץ פון נשיא המוסדות האד' מפאפא

  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' תרומה • כ''ט שבט | בחצרות הקודש

אין די צייט וואס תלמידי וחסידי פאפא אין שטאט מאנסי גרייטן זיך מיטצוהאלטן דעם היינטיגן שבת פ' תרומה בצל כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א אין מאנסי, איז פארלאפענעם מיטוואך אפגעהאלטן געווארן א עלעגאנטע מסיבה, וואו עס האבן זיך צונויפגעזאמלט א קבוצה נכבדה פון נגידי הקהילה ונכבדי העם, חברי קרן "מצדיקי הרבים", וואס דינען אלס דער פינאנציעלע רוקנביין פאר די מוסדות הקדושים דחסידי פאפא אין שטאט מאנסי.


די ועידה איז פארגעקומען אין שטוב פון הנגיד ר' ישראל חיים וועבער הי"ו פון די חשובע חברי הקהלה און איז געווען גאר הערליך און עלעגאנט צוגערישט לכבוד העם הנאספים, ובראשם האט באשיינט דער נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וואס איז ספעציעל ארויסגעקומען קיין מאנסי לכבוד די מסיבה נהדרה. נאך א רייע דרשות דורך הרה"ג ר' יואל פריעדמאן שליט"א יושב ראש וועד החינוך פון די פאפא מוסדות אין מאנסי און פון עטליכע חברי הנהלת המוסדות וואו מען האט געהערט א דעטאלירטן רעפאראט פונעם מוסדות בודזשעט, האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה נלהבה דער רב הקהלה הגה"צ רבי פנחס חיים גרינוואלד אבד"ק פאפא מאנסי.


דערנאך האט מען מיט יראת הכבוד זיך צוגעהערט צו די דברות קודש פונעם נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, וואו דער רבי האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכי' פון די משתתפים חברי קרן מצדיקי הרבים צו זיין די יסודות פון די מוסדות וואו עס ווערן נתחנך הונדערטער תינוקת של בית רבן אויפן אויסגעטראטענעם דרך.


צום שלוס פונעם מסיבה זענען די נגידים דורך אל מול פני הקודש און איינציגווייז אונטערגעשריבן אויף די שטרות מיטן רבי'ן, וועלכער האט יעדן באזונדער אנגעוואונטשן מברכותיו הטהורות. נאכן מעמד האט דער רבי ווידער גענומען דאס ווארט רעדנדיג בשבח פונעם בעל האכסניא הנגיד ר' ישראל חיים וועבער הי"ו וואס האט צוגעשטעלט זיין שטוב פארן די מסיבה של מצוה און דערביי געשאנקן א מתנה פארן חשובן נדיב לאות הוקרה.



bottom of page