יערליכע דינער "מלומדי מורשה" לטובת מוסדות באבוב אין בליענדע שטאט לינדען
- Bechatzros admin
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' יתרו ט"ו שבט | בחצרות הקודש

פארגאנגענעם ליל שישי איז אפגעראכטן געווארן די יערליכע דינער "מלומדי מורשה" לטובת מוסדות באבוב אין די בליענדע שטאט לינדען ניו דזשערזי מיט אירע קרוב צו 400 תלמידים ותלמידות כן ירבו. די דינער איז פארגעקומען אין די פראכטפולע שארף זאל אינעם בנין בנות ציון אין בארא פארק אין שפיץ פון די נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט''א.
דער דבר המוסדות איז איבערגעגעבן געווארן דורך הרב יעקב יוסף פליישער הי"ו מגדולי העסקנים בחצה"ק באבוב, און מיט'ן משא המעמד האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי יחזקאל ליפשיץ שליט"א דומ"ץ באבוב לינדען, חתנא דבי נשיאה כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס האט אפעלירט צום ציבור זיך אנצורופן מיט סכומים הגונים להחזקת המוסדות וואס זענען מתנוסס לתפארה זייענדיג קונה א שם דבר אין די גאנצע שטאט. נאך די דרשות האט מען ארויפגערופן די גרעסערע נדיבים בעם צו נעמען לחיים פונעם רב שליט"א וואס האט יעדעם געוואונטשן במאור פנים.
ביים אריינקומען צום דינער איז ארויסגעשטעלט געווארן א הערליכע אויסלייג פון פארישידענע היסטארישע חפצי קודש פון די צדיקים הקודמים און במשך די נאכט האבן מהנה געווען א רייכע ארקעסטרע און א היימישע קאפעליע מיט הערליכע פרקי שירה.
















תגובות