top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרעכטיגע מעמד "לגומרה" לטובת גמר ביהמ"ד הגדול סאטמאר בית שמש קאמבענירט מיטן כינוס חסידי סאטמאר בארה"ק

  • Bechatzros admin
  • לפני 33 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' וארא • כ"ב טבת | בחצרות הקודש

מיט גרויס פייערליכקייט איז אפגעראכטן געווארן די גייסטרייכער און פרעכטיגער "כינוס חסידי סאטמאר בארה"ק" ומעמד הנהדר והמרומם "לגומרה" וואס איז פארגעקומען דעם מוצאי שבת ויחי העעל"ט אין די פרעכטיגע "עמק איילון" זאלן, בראשות פונעם אורח הדגול הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א.


דער מעמד האט געדינט אלס כינוס חסידי סאטמאר פאר די הונדערטער תושבי בית שמש און נאך הונדערטער סאטמארער חסידים פון ירושלים עיה"ק און בני ברק וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם מעמד, בשילובממיט א מעמד הוקרה פאר די חסידים וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן מיט אומגעהויערע סכומים אדירים לטובת דער "גמר מלאכת הבני'" פונעם תל תלפיות ביהמ"ד הגדול והחדש דקהל יטב לב ההולך ונבנה לשם ולתפארת.


 במשכ'ן מעמד איז דער בימת הכבוד געווען באזעצט דורך הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, ובראשם הגה"צ רבי יהושע ראזענבערגער גאב"ד קרית רמ"א וחבר ביד"ץ עדה החרדית, וועלכע איז מכובד געווארן אנגעוואונטשן דעם גאנצן ציבור מיט ברכות לרוב און ארויסגעברענגט די גרויסע זכי' וואס מיר האבן צו העלפן אויפבויען דעם בנין ביהמ"ד הגדול והחדש לשם ולתפארת. 


אלס יו"ר המעמד האט געדינט הרה"ג ר' ברוך שווארץ שליט"א, וועלכער האט מיט זיין לשון לימודים אנגעפירט דעם מעמד המרומם, אנהייב מעמד איז געהערט געווארן א דעטאלירטע באריכט דורך הרה"ח ר' ישכר דוב פאגעל הי"ו, חבר ועד קרן הבנין ומנהל המוסדות בירושלים עיה"ק, איבער דעם השתלשלות פון דעם גאנצן פראיעקט בעבר, בהוה ובעתיד.


א שטילקייט האט געהערשט אין זאל ווען דער רב האט משמיע געווען משא המעמד ודברות קודש לרגל דעם דערהויבענעם מאורע, ווי דער רב שליט"א האט אפגעגעבן א שבח והודאה פארן בורא כל עולמים און ארומגערעט בשבח פון די הייליגע קהלה און די געטרייע עסקני הקהלה וועלכע געבן זיך יומם ולילה אוועק פאר די הצלחה פון די קהלה, ובפרט פאר דעם בנין ביהמ"ד הגדולעעע מיינונג נע. בתוך דבריו האט דער רב ארויסגעברענגט אז די קהלה איז בית שמש איז א סימבאל פון ממשיך זיין מסורות אבות מימות אבותינו ורבותינו הקדושים אשר מפיהם אנו חיים, אין א שטארקע מאמענט האט זיך דער רב אויסגעדרוקט אז ער איז בעצם געקומען געבן חיזוק אבער ער איז ארויס מחוזק זעענדיג אזא הייליגע עדה קדושה.


דערנאך איז געהערט געווארן דער "דבר קהלה" מיט הרגשים איבער דעם געהויבענעם שבת, דורך אחד מחברי הקהלה.


מיט עקסטאז איז פארגעליינט געווארן א מכתב קודש פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מיוחד פאר חסידי סאטמאר אין בית שמש לכבוד דעם געהויבענעם מעמד נשגב. דער בריוו איז פארגעליינט געווארן דורך הרה"ג ר' אברהם כהנא שליט"א מרבני הקהילה.


אין לויף פונעם מעמד האט זיך געשלענגלט לאנגע שורות פון יונגעלייט  וועלכע זענען דורך חתמ'נען דעם שטר שותפות אינאיינעם מיט'ן רב שליט"א, דער רב שליט"א האט יעדעם אויפגענומען בצהלות פנים און זיך נישט געקענט איבערקומען פון די ריזיגע נדבות, וואס האט דערגרייכט די היסטארישע סומע פון זיבן מיליאן דאללער.


אין די גאר שפעטע נאכט שטונדן פון 2:30, האט זיך דער היסטארישע מעמד געשלאסן, איבערלאזנדיג חיזוק והתחזקות, פאר די הונדערטער משתתפים. 



bottom of page