top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכער שבת התוועדות אין "קאלטשעסטער" ענגלאנד מיט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א

  • לפני יומיים
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: לפני 20 שעות

זונטאג פ' תצוה • ה' אדר | בחצרות הקודש

קרעדיט: טיפ הפקות


די אריבער הונדערט נדיבי עם קודש נגידים תומכי ממלכת התורה ראחמיסטריווקא פון ענגלאנד און אנדערע אייראפעאישע שטעט האבן געהאט די זעלטענע זכיה מיטצוהאלטן א געהויבענעם שבת "יחידי סגולה" בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וואס האט זיך ספעציעל מטריח געווען און איז געקומען צופארן פון ארץ הקודש צו באשיינען די היסטארישע נסיעה לטובת די מוסדות הקדושים.


די נסיעה האט זיך שוין אנגעהויבן דאנערשטאג יתרו אוונט ארום 10:00 אזייגער ווען דער רבי שליט"א איז אנגעקומען פונעם היטרו לופטפעלד צום פראכטפולן "דעלטא האטעל" נישט ווייט פון לאנדאן אינעם שטאט קאלטשעסטער, וואו עס איז צוגעגרייט געווארן אן אכסניא של תורה מיט גרויס פראכט און עלעגאנט כראוי וכיאות פאר די חשובע נדיבי לב וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן מיט גרויסע סכומים פון 18 טויזנט דאללאר און העכער להחזקת הישיבה הק' מאור עיניים. 


נאך א קורצע הפסקה, איז אפגעראכטן געווארן א מסיבת לחיים לרגל דעם שידוך שליסן פון אן אייניקל ביי הנגיד החסיד ר' דוד מרגליות שליט"א, מגדולי תומכי המוסדות, וואו דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן בעל שמחה און די בני המשפחה און דערנאך געדאוונט מעריב.


פרייטאג צופרי האט דער רבי שליט"א געדאוונט שחרית כחצות היום, און דערנאך אפגעראכטן התרת קללות כדרכו בקודש. פארן זמן ר"ת האבן זיך די אריבער הונדערט נדיבי עם די "יחידי סגולה", פארזאמלט אינעם ביהמ"ד פונעם האטעל, וואו מען האט געדאוונט מנחה און דערנאך האט יעדער געהאט די זכי' אריבערצוגיין שלום נעמען און איבערגעבן א קוויטל מיט פתקאות דרחמי להזכר לטובה ולהפקד בדבר ישועה ורחמים. 


שפעטער איז דער רבי צוריק אריינגעקומען צו תפילת מעריב וואס האט זיך פארצויגן ארום א שעה מיט פלאם פייערדיגע עבודה כדרכו בקודש, און נאכן דאווענען זענען אלע אריבער זאגן "גוט שבת" מיט א מאור פנים.


דער קלימאקס פונעם פרייטיג צונאכטס איז געווען דער מלכות'דיגער שלחן הטהור וואס האט זיך אנגעהויבן ארום 10:00 אזייגער און האט זיך פארצויגן גאנצע זעקס שעה ביז אין די פריע פארטאגס שעות, א חטיבה אחת פון דביקות און התרוממות עילאה בשירות ותשבחות לקל חי. דורכאויס די סעודה האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברים נרגשים פון הגה"צ רבי הערש אלימלך פאדווא שליט"א גאב"ד ציריך, און דער רבי שליט"א האט צוויי מאל געזאגט תורה, מיט לאנגע שמועסן בהתחזקות בעבודת ה'.


בצפרא דשבתא האט די עבודה ממשיך געווען מיט שחרית פאר חצות, און ביי קריאת התורה האט דער רבי עולה געווען צו די "עשרת הדברות" מיט גרויס התעוררות, און דערנאך געמאכט א ספעציעלע מי שברך פאר אלע נגידי ותומכי המוסדות משתתפי השבת. נאך מוסף, וואס האט זיך פארענדיגט ארום 2:30 נאכמיטאג, איז מען דורך גוט שבת זאגן, און דאן איז מען געגאנגען צו די סעודה, בשעת די סעודה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' מרדכי דוד ווייס שליט"א רב ביהמ"ד אורייתא אין לאנדאן איידעם פון הנגיד רבי אליש ענגלאנדער מגדולי תומכי המוסדות.


א גרויסע איבערראשונג האט ארומגענומען די נגידים ווען מען האט מבשר געווען פארן ציבור אז דער רבי שליט"א וועט, אנדערש ווי געפלאנט, עסן די סעודה אינאיינעם מיט די נגידים און ארום 4:00 אזייגער איז דער רבי טאקע אריינגעקומען און געפראוועט די סעודה אינאיינעם מיט די נדיבים פאר ארום א שעה צייט.


נאך מנחה בעידן רעוא דרעווין האט מען זיך געוואשן צו שלש סעודות וואס האט זיך פארצויגן ביז ארום 9:00 אזייגער מוצאי שבת, וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש און געזינגען די זמירות ברוב דביקות.


 מוצאי שבת האט דער רבי געדאוונט תפילת מעריב פארן עלות, און דערנאך געזאגט "ויתן לך" און דערציילט סיפורי צדיקים.


זונטאג צופרי  נאך שחרית און מנחה אינעם האטעל, האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט קיין סטעמפארד הילל, צו באשיינען די שמחת הכנסת ספר תורה צום ארטיגן ראחמיסטריווקא ביהמ"ד, איבערלאזנדיג די נגידים מיט געהויבענע געפילן און השפעות טובות וואס וועלן נאך לאנג בלייבן איינגעקריצט אין די הערצער.



תגובות


bottom of page