תמכין דאורייתא: פראכטפולע מלווה מלכה און מעמד הוקרה פאר תומכי מוסדות צאנז אין מאנסי
- Bechatzros admin
- לפני שעה
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' בשלח • י' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין
נאכן דערהויבענעם שבת קודש וואס כ''ק האדמו''ר מצאנז שליט''א האט אפגעראכטן אין די אכסניא אין די מאנטיבעללא געגענט אין מאנסי, איז במוצאי יום גילה אפגעראכטן געווארן א גאר רייכע מעמד הוקרה געווידמעט פאר די תמכין דאורייתא וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט סכומים הגונים לטובת די הרחבת גבולי הקדושה פראיעקטן פון די מוסדות הקדושים אין מאנסי.
די מעמד איז געווארן צוגעשטעלט אויף אן עלעגאנטן פארנעם, אין די צאנזער ישיבה קטנה אין מאנסי, וואו ס'איז געווען צוגעשטעלט א מלכות'דיגע סעודה ווי ס'פאסט לכבוד מוקירי תורה, באגלייט מיט שירה וזמרה דורך א חסידישע קאפעליע, באגלייט דורכן בעל מנגן הרב יעקב שלמה גראס.
א הערליכע דרשה האט מען געהערט פונעם יושב ראש המעמד הרה"ג ר' מרדכי הערש שפיטצער שליט"א ראש ישיבת ספינקא, בשבח פון די מוסדות החינוך דחסידי צאנז אין מאנסי וואס איז א מוסטער פאר די אנדערע מוסדות אין שטאט, און ארומגערעט בשבחם פון די תומכים וואס האבן די זכות צו זיין שותפים אויסצוהאלטן אזא חשובן נעץ פון מוסדות התורה והחינוך.
דערנאך האט גענומען דאס ווארט דער מנהל המוסדות הרב דוד מאשינסקי וואס האט באדאנקט אלע פארזמאלטע נגידים און במיוחד האט ער באדאנקט הרבני הנגיד ר' מיכל ראזנבערג הי"ו פון מאנטריאל בריח התיכון פון קהילות ומוסדות צאנז ברחבי תבל, און דערביי ארויפגערופן ר' מיכל צו ערהאלטן א מתנה פון הגה''צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם שליט"א רב דחסידי צאנז אין אמעריקא.
נאכדעם איז געהערט געווארן קורצע דברי ברכה דורך א זון פונעם נדיב ר' מרדכי בנימין ראזנבערג וואס האט גערעט בשבחו פון זיין טאטן ר' מיכל און משבח געווען ד ראשי ומנהלי המוסדות, אין שפיץ פון הגה''צ אב''ד צאנז ארה"ב שליט"א וואס איז עומד על הפקודים מקרוב ומרחוק.
דאן האט מען זוכה געווען צו הערן די דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א איבער'ן געוואלדיגן חשיבות פון החזקת התורה, און שטארק מחזק געווען און מאציל געווען ברכת קדשו פאר אלע תומכים ותורמים.
נאכן בענטשן האט דער רבי פארטיילט א טייערע מתנה - א זילבערנע טאבאק פושקע פאר אלע משתתפים און דערנאך אויפגענומען טייל פון די נגידים מיט קוויטלעך.

















תגובות