יערליכע דינער לטובת מוסדות פאפא געפייערט מיט חנוכת הבית פון בנין התלמוד תורה פון "מוסדות פאפא" בארא פארק
- Bechatzros admin
- 38false52 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' משפטים • כ''ב שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי,JDN
טויזנטער חסידי ואוהדי בית פאפא, האבן אנטייל גענומען פארגאנגאנעם מוצאי שב"ק פרשת בשלח העעל"ט ביים צענטראלער דינער 'שהחיינו' לטובת די הייליגע תורה וחינוך אימפעריע פון מוסדות קהלת יעקב פאפא, וואס איז פארגעקומען אין די נייע פראכטפולע זאל עטרת יחיאל וועלכע געפונט זיך אינעם גיגאנטישן בנין הת"ת אין בארא פארק, די היי יעריגע דינער איז געווען קאמבענירט מיטן מעמד "שהחיינו", ביי וועלכן עס איז באנייט געווארן דער גיגאנטישער בנין התלמוד תורה פון די פאפא מוסדות, וואס איז מתנוסס לשם ולתפארת בעיר ואם בישראל בארא פארק.
א גרויסע סעודה לכבוד דוד מלכא משיחא איז צוגעשטעלט געווארן פארן ברייטן ציבור מוקירי התורה וחסידות. אלס יושב ראש האט געדינט דער באקאנטער משמח אלוקים ואנשים הר"ר ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן וועלכער האט אייגעלייטעט דעם מסיבה של מצוה אויף זיין אייגנארטיגע שפראך און ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון שטיצן דעם הייליגן מבצר התורה והחסידות.
איינע פון די ילדי המוסדות האט זיך אויפגעשטעלט און איבערגעגעבן א באריכט מהנעשה והנשמע בין כותלי המוסדות און דערנאך איז פארגעקומען א סיום מסכת געלערנט געווארן די תלמידי ישיבה קטנה לע"נ הרה"ח ר' דוד ברוין ע"ה, און זיינע קינדער זענען ארויפגעקומען אפנעמען ברכת הקודש פונעם רבי'ן. דאן זענען אויך מערערע פאליטישע באאמטע ארויפגעקומען מקבל זיין ברכת קדשו פון רבי'ן.
דער בארימטער חזן פון ארץ ישראל ר' ישראל אדלער הי"ו האט מהנה געווען בשירה ובזמרה, און דערנאך האט מען ממשיך געווען דעם פראגראם מיטן דבר המוסדות פונעם מנהל כללי הר"ר יואל פריעדמאן נ"י וועלכער האט פארגעלייגט פארן ציבור דעם בוזשעט פון די מוסדות, ווי מען מוטשעט זיך צו דעקן די טאג טעגליכע קאסטן, און אפאלירט צום עולם זיך אנצורופן ווארעם להחזקת המוסדות.
מיט גרויס יראת הכבוד האט מען זיך צוגעהערט צו די דברי אלוקים חיים פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועלכער האט ארומגערעט בשבח המוסדות און דערביי זיך שטארק באדאנקט פאר די עסקנים און די הנהלת המוסדות וועלכע גיבן זיך אוועק בלב ונפש למען הצלחת המוסדות הק'.
נאכן דינער איז דער רבי אריין בחדרו המיוחד אינעם בנין הת"ת נדבת הנגיד ר' מיכל אבערלענדער, דארט איז אריין צום רבי'ן הנגיד ר' משה מנחם גאלדבערגער הי''ו וואס האט אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין ההתלמוד תורה אין בארא פארק און שטייט בראש המלאכה ביים זאל עטרת יחיאל, און דער רבי האט אים געוואונטשן ברכת קדשו.









































