גייסטרייכע מעמד "להחיותינו" אפגעראכטן אין ק"ק מאחנובקא בעלזא אין ירושלים לחיזוק וביסוס הקהילה
- Bechatzros admin
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
א גייסטרייכע מעמד "להחיותינו" איז אפגעהאלטן געווארן פארלאפענעם ליל שישי פאר עדת חסידי מאחנובקא בעלזא אין ירושלים, מיטן ציל להקים בית גדול וקדוש, אוועקצושטעלן א מקום קבע פאר די קהלה נאך א לענגערע תקופה וואס מען האט געדארפט אויפגעבן דעם קביעות'דיגער בנין הקהילה, און מען האט געוואנדערט גולה אחר גולה אין פארשידענע צייטווייליגע לאקאלן ארויסקוקנדיג בכליון עינים צו קומען אל המנוחה ואל הנחלה אין א קביעות'דיגע מקום בהרחבת הדעת.
די מעמד איז פארגעקומען אין די זאלן פון "סוכת דוד" אין ירושלים, במעמד די הונדערטער חסידים חברי הקהלה ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וועלכע האט פערזענליך מפאר געווען בראש המסובים.
במשך דעם אוונט איז געמאלדן געווארן איבער א התחדשות פון די קהילה פונדאסניי, מיטן האפענונג צו קענען ארויסנעמען א לאנגיעריגע ליעס פאר א ביהמ"ד גדול ומפואר וואס זאל דינען אלס קביעות'דיגער פנת יקרת פאר די בני הקהלה, וואו די ענערגישע עסקנים האבן אנגעווארעמט די הערצער פונעם ציבור זיך אנצושליסן ברוח נדיבה בכדי צו קענען צושטאנד ברענגען דעם פארשריט בס"ד. ביים מעמד זעלבסט איז טאקע אונטערגענומען געווארן די פאנטאסטישע סומע פון איבער פיר מיליאן שקל פאר די ווייטערדיע עתיד הקהלה.
אינעם הויכפונקט פונעם מעמד האט דער רבי שליט"א אויפגעטרעטן מיט הארציגע דברות קודש ארויסברעגענדיג בשבח הקהלה, און דערביי מבשר געווען די בשורה טובה ומשמחת איבער די התמנות פון בנו חביבו הגה"צ רבי אהרן רוקח שליט"א אלס רב ומורה דרך לעמוד בראש העדה פון די קהלה קדושה אין ירושלים, ווי ברייט באריכטעט.






























































