הנגיד ר׳ יואל לאנדא אפקויפט שם הבנין פון נייעם ביהמ״ד הגדול ד׳סאטמאר אנטווערפן פאר סכום אדיר פון 2.5 מיליאן דאלאר
- לפני 6 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' תרומה • כ''ח שבט | בחצרות הקודש

א התרגשות'דיגער מעמד "חתימת שטרות" איז אפגעהאלטן געווארן נעכטן מוצאי שבת בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אין שטאט אנטווערפען, וואו דער וועלט-בארימטן שר הצדקות והחסד הנגיד ר' יואל לאנדא פון ניו יארק האט אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין פונעם נייעם בנין ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר אין אנטווערפען, פארן אסטראנאמישער סומע פון 2.5 מילאן דאללאר.
אין די לעצטערע תקופה האט זיך דער סאטמארער קהלה אין אנטווערפען אריינגעלאזט אין א גראנדיעזע אונטערנעמונג, צו לאזן אויפבויען א נייע הערליכער בנין ביהמ"ד הגדול והחדש דקהל יטב לב אין שטאט אנטווערפען, די מעמד הנחת אבן הפינה איז פארגעקומען פארלאפענעם ווינטער תשפ"ה אין שפיץ פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן קיין אנטווערפען צו באשיינען די מעמד.
אצינד ווען די בוי ארבעט גייט אן מיט'ן פולסטן קראפט, איז קעגנגעקומען דער נדיב ר' יואל, און האט אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין, וואס וועט גערופן ווערן "בנין ויואל משה" לשמו ולזכרו פון מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע.
דער מעמד חתימת שטרות איז פארגעקומען נעכטן מוצאי שבת אין שטוב פון הגה"צ רבי אלעזר פריעדמאן שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען, חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א ביי וועלכן מען האט אונטערגעשריבן די שטרות און דער נדיב ר' יואל האט איבערגעגעבן א דעפאזיט פאר זיין נדבה נשגבה צו קענען תיכף ומיד ממשיך זיין די מלאכה ביזן פארענדיגן דעם בנין תל תלפיות כלול בהדרו. מעבר לים איז בשעת מעשה געווען טעלעפאניש פארבינדן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און נאכ'ן אונטערשרייבן אויף די שטרות האט דער רבי שליט"א גאר ווארעם געוואונטשן פאר'ן נדבן ר' יואל, אז די הייליגע זכותים זאלן אים באגלייטן לדורות עולם.
פון דארט איז מען אריבער לביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, וואו עס איז אפגעראכטן געווארן א מעמד קנין זכות וואס איז צוגלייך באשיינט געווארן דורך די רבני וראשי ק"ק סאטמאר, וואס זענען אריבערגעקומען באשיינען די מסיבה לכבודו פונעם נדיב ובונה הבית. נאכן באטראכן דעם שטר האט דער רבי שליט"א ארומגערעט בגודל החשיבות פון אהערשטעלן דעם ביהמ"ד אויף וואס דער סאטמארער רבי זי"ע וועט נישט שולדיג בלייבן און באצאלן מיט השפעות טובות וכל מיני ישועות, דער רבי האט זיך דערביי אנגערופן צום נדיב בלשון קדשו ״אשריך אשריך, אשרי חלקך וגורלך, דער זכות בלייבט א נצחיות לדורי דורות״.




