top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסארטיגן דינער "ליל הכרת הטוב" לטובת מוסדות סאטמאר מאנסי געקרוינט מיט גרויס הצלחה

  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 1 דקות

מוצאי שבת פ' תצוה • י"א אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שאט די דאט,JDN

דעם מוצש״ק תרומה העעל״ט זענען זיך הונדערטער תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי מאנסי צוזאמגעקומען צום יערליכן דינער "ליל הכרת הטוב", אין די פראכטפולע חתונה־זאל עטרת גנענדיל – בנין מאיר משה, וועלכע איז געווען איבערגעפילט פון ברעג צו ברעג.


דער דינער איז געווידמעט געווען צו אפגעבן דעם פאסיגן הכרת הטוב פאר די מוסדות הקדושים סאטמאר–מאנסי, מיט גייסטישע, מאראלישע און פינאנציעלע שטיצע מצד די עלטערן און תומכים.


די צענטראלע משא המעמד איז געהערט געווארן דורך כ״ק גאב״ד סאטמאר–מאנסי שליט״א, וועלכער האט גערעדט איבערן חובת השעה און דער זכיה צו נעמען א חלק אין די החזקת המוסדות.


אין די וואכן פארן דינער איז געלאזט געווארן אין גאגנג דער "אב הכיתה" קאמפיין, וואו עלטערן האבן זיך איינגעקויפט דער זכות אויסצוהאלטן א כתה אין די מוסדות.


די נאכט האט געברענגט שטארקע פינאנציעלע און מאראלישע שטיצע פאר די מוסדות, צו קענען ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש בהרחבת הדעת.



תגובות


bottom of page