top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענער מעמד התפילה נאכגעפאלגט מיט רייכן שבע ברכות אין עיר האבות חברון לרגל שמחת בית זוועהיל

  • Bechatzros admin
  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' יתרו י"ח שבט | בחצרות הקודש

אן עלעגאנטע שמחת השבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן פארלאפענעם וואך בחצר הקודש זוועהיל, ווען די גרעסערע נדיבים און תומכי המוסדות הקדושים שותפים לדבר מצוה האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן געהויבענע מאמענטן אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א כשהשמחה במעונו, דער מעמד הוקרה אונטער'ן נאמען "אהבת עולם וברית אבות" איז געווען א זעלטענע געלעגנהייט פאר די נדיבי עם צו מסיב זיין בשבת אחים גם יחד ביי א גאר רייכע שבע ברכות לכבוד די שמחה הגדולה די חתונה אינעם רבינ'ס הויף.


די מעמד האט זיך אנגעהויבן צווישן די שערי מערת המכפלה וואס זענען ספעציעל געעפנט געווארן פאר די משתתפי השמחה. נכן זינגען א רייע ניגוני דביקות און התעוררות, האט מען אינאיינעם געזאגט די פרשת העקידה און ספר רביעי שבתהילים לעורר זכות אבות, דערנאך האט מען געדאוונט מעריב און דער רבי האט מתפלל געווען א תפילה חרישית.


פון דארט איז מען אריבער צום שמחת השבע ברכות אין א פראכטפולן זאל בשכינות, וואו די גאנצע מעמד איז געווען גאר רייך צוגעגרייט כיד המלך. בראש השולחן זענען געזעצן דער רבי שליט"א אינאיינעם מיטן מחותן כ"ק אדמו"ר מטרעבישאן שליט"א און דער חתן, די מעמד איז באגלייט געווארן דורך א פראפעסיאנעלע ארקעסטרא בשירה וזמרה. דער בארימטער בדחן הר"ר נפתלי פוקס הי"ו האט מהנה געווען דעם ציבור מיט דברי בדחנות לכבוד שמחת חתן, און דער גראמער ר' יצחק אהרן ישראלי הי"ו האט מרגש געווען דעם ציבור מיט חרוזים איבער די גרויסע זכיה פון זיין מצד הנותנים און די שותפות מיט די הייליגע זוועהילער צדיקים.


צום הויכפונקט האט מען געהערט דברות קודש פונעםב בעל שמחה כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א, וועלכע האט בדברים נרגשים אנגעוואונטשן אלע שותפים מיט ברכה והצלחה בכל מעשי ידיהם. נאך די פייערדיגע ריקודים, האבן די תומכים זוכה געווען צו באקומען פונעם רבי'ן א פלאש וויין לברכה והצלחה כאות הוקרה והערכה.



bottom of page