top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הורי מוסדות סאטמאר בארא פארק צונויפגעקומען בהמוניהם צום דינער השנתי "בהבנותו" לטובת המוסדות

  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' תרומה • א' אדר | בחצרות הקודש

הונדערטער הורי מוסדות סאטמאר אין שטאט בארא פארק האבן זיך צונויפגענומען בהמוניהם פארגאנגענעם מוצש"ק פ' משפטים – שקלים צום מעמד האדיר "בהבנותו" לטובת די סאטמארער מוסדות אין שטאט וועלכע ציילט זיך שוין אריבער 3,000 תלמידים ותלמידות כ"י, ובפרט מיט די ניי-פארענדיגטע בנינים אדירים לטובת המוסדות העומדים על תילה בני' וועלכע האבן אריינגעצויגן אין די שווערע מיליאנען, אין צוגאב צו די גאר קאסטבארע פלענער פון הרחבת גבולי הקדושה אויפן עתיד.


דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן אין די ריזן "עמינענס" זאלן אין הארץ פון שטאט בארא פארק, בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס האט - צו דער זייט פון די רבני ודייני הקהלה - באשיינט בראש המסובים דער פילקעפיקער ציבור הורי המוסדות, וועלכע זענען ארויסגעקומען מחזק זיין די עתיד הדורות.


אלס יושב ראש המעמד האט געדינט דער פה מפיק מרגליות הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו מחשובי חסידי סאטמאר מאנסי, וועלכער האט אנגעפירט דעם מעמד מיט זיינע בליציגע רעיונות מנועם שפתיו.


במשך דעם נאכט האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה די בארימטע "נועם קווייער" אינאיינעם מיטן מייסטער בעל מנגן ר' יואל ברוין הי"ו.


א גאר רייכע תוכנ'טפולע דרשה, מיט פעלזן פעסטע יסודות החינוך הבנים והבנות, איז געהערט געווארן דורך הרה"ג ר' דוד אהרן יונגרייז שליט"א מנהל הבית רחל דסאטמאר בארא פארק, וואס האט מיט פאסיגע רייד ארויסגעברענגט אונזער תפקיד און פליכט ווען עס קומט צו חינוך הדורות.


מיטן דבר הנהלת המוסדות האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' בערל לעפקאוויטש הי"ו חבר הנהלת המוסדות, וועלכע האט ארויפגעברענגט לעבעדיגע באריכטן און אנטוויקלונגען בתוככי המוסדות, און די ווייטערדיגע פינאנציעלע שטאנדפונקט צווישן די מוסדות ווענט, ער האט דערביי ארויסגעברענגט לשבח די געוואלדיגע אומשאצבארע הרחבת גבולי הקדושה בתוככי המוסדות, ווען אין די לעצטערע שטיק צייט האט מען זוכה געווען צו שליסן א רייע מולטי מיליאן דאללערדיגע פראיעקטן אויף בנינים אדירים והכבירים פאר די געברויך פון די מוסדות, א פארנעם וואס סאטמאר האט נאכנישט געזען אינעם עבר.


מען האט דאן געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכע האט מרחיב געווען מיט יסודות'דיגע דיבורים איבער דער ענין פון מסורה און דערנאך ארומגערעט בשבח המוסדות, און ארויסגעברעגט אז אויף כל קהלא קדישא הדין, הורי המוסדות, ליגט דער פליכט און אחריות מחזק צו זיין די מוסדות און די געטרייע עומדים בראש בגשמיות וברוחניות על כל צעד ושעל.



bottom of page