top of page
שמחת החתונה בבית טאהש - סאטמאר מאנטשעסטער פארגעקומען אין בארא פארק
דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה נחום,JDN שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הרה"ג ר' יצחק הורוויץ שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר מאנטשעסטער שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו לאנדאן זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' יחזקאל שרגא לאווי שליט"א אבד"ק טאהש וויליאמסבורג, זון פון הגה"צ ר' מרדכי סג"ל לאווי זצ"ל, זון פון הרה"ק מטאהש זי"ע, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת זצ"ל, די שמחת החתונה קומט איז פארגעקומען אין די תפ


קדושים תהיו: אלפי חסידי סאטמאר זיך מחזק געווען בענינים הצריכים תיקון ביי כינוס אדיר "שמירה לדורות"
דאנערשטאג פ' שלח • כ''ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. בלום א פייער פון התגברות הילט ארום אלפי חסידי סאטמאר תושבי וויליאמסבורג נאכ'ן כינוס אדיר "שמירה לדורות", וואס דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט פאררופן און דערביי אריינגעקומען פון קרית יואל צו אדרעסירן די אסיפהה און אראפשטעלן יסודות'דיגע תקנות קבועות בעניני צניעות, טעכנאלאגיע און קדושת ההבית בכללית. דער וויכטיגער כינוס איז פארגעקומען דעם דינסטאג נאכט אין די עידן פעלעס זאל, וואס איז געווארן פולקאם א


שישו ושמחו: חוצות בארא פארק איינגעהילט אין שמחת התורה ביי הכנסת ספר תורה דורך הנגיד ר' ליפא פריעדמאן
מיטוואך פ' שלח • כ''ה סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לעטשווסקי,אברמי בלום,שאט דע דאט אין א יום טוב'דיגע שטימונג האט די שטאט בארא פארק מיטגעלעבט עקסטאזליכע שעה'ן פון שמחת התורה ביי די פייערליכע חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס איז אפגעראכטן געווארן דורכ'ן בארימטן שר הצדקות ובונה ומקים עולמות של תורה הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו, וועלכער האט אריינגעפירט א נייע ספר תורה להיכל האדיר "בנין ליפא פריעדמאן", די מאיעסטעטישע מבצר האדיר לחינוך הבנים אין די אימפעריע פון מו


בארא פארק: האדמור"ים מוויזניץ פון ירושלים און מאנטריאל באזוכן בבית הרבני הרהג ר' יעקב פעלדמאן שליט"א
מיטוואך פ' שלח • כ''ה סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י,JDN פארלאפענע וואך איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א אנגעקומען אויף א בליץ באזוך פון 24 שעה קיין ניו יארק. דאנערשטאג נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען קיין בארא פארק, וואו ער האט צוערשט מנחם אבל געווען ביי האחים האדמו"רים מראחמיסטריווקא נאך די פטירה פון די מאמע, הרבנית הצדקנית מראחמיסטריווקא ע"ה. פון דארט איז דער רבי אריבער צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ג ר' יעקב פעלדמאן שליט"א אין בארא פארק, וואו דער רב


פילצאליגע גדולי ישראל און עמך בית ישראל מנחם אבל געווען האד' מסקווירא על פטירת אחותו הרבנית מראחמיסטריווקא ע"ה
מיטוואך פ' שלח • כ''ה סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN טויזנטער אידן האבן די וואך געשטראמט קיין שיכון סקווירא, ובראשם אדמור"ים רבנים וראשי הישיבות וואס האבן געמאכט דעם וועג איבערצוגעבן די טרייסט-וואונטשן פאר'ן מנהיג עדת ישורון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א בעת ווען די רבי איז געווען יושב באבלו און מקבל געווען תנחומין נאך די פטירה פון די שוועסטער הרבנית מראחמיסטריווקא ע"ה. די רבי שליט"א איז געזעצן שבעה אינעם ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, וואס איז אויסגעשטעלט געוואר


אלפי חסידי סקווירא מיטגעהאלטן שמחת החתונה פון דור רביעי ביי האד' מסקווירא מיט ספעציעלע מאסנאמען צוליב אבילות
דינסטאג פ' שלח • כ''ד סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שראלי ב.,JDN מאבל ליום ליום טוב ומיגון לשמחה האבן אלפי חסידי סקווירא מיטגעהאלטן די שמחה הרוממה, די חתונה פון אן אור־אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, שטייענדיג בתוך ימי השבעה נאך די פטירה פונעם רבינס לעצט פארבליבענע געשוויסטער הרבנית הצדקנית מראחמיסטריווקא ע"ה, צו וועם דער רבי איז געווען אזוי נאנט צוגעבינדן כידוע. נאכ'ן אויסארבעטן אלע דינים מיט די רבנים הגאונים שליט"א ובראשם הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער


שמחה גוררת שמחה: חסידי באבוב 45 מיטגעהאלטן פרישע שמחת נישואין אין רבינס הויף
דינסטאג פ' שלח • כ''ד סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הילל ל"ש שמחה גוררת שמחה האבן מאסן חסידי באבוב 45 ווידער אמאל מיטגעלעבט א געהויבענע חתונה אינעם רבינ'ס הויף וואס איז פארגעקומען אינעם היכל ביהמ"ד הגדול והחדש באבוב 45 אין בארא פארק. די כלה איז א טאכטער פון חתנא דבי נשיאה הגה"צ רבי יעקב יצחק שטערנבוך שליט"א, ראש ישיבת בנין אבות וויזניץ קייאמישע, זון פון הגה"צ רבי אשר חיים שטערנבוך שליט"א, אבד"ק אהל יעקב ודומ"ץ בק"ק מחזיקי הדת אנטווערפן. מיטן חתן א זון פון הגה"צ רבי


התרגשות צווישן תושבי לאנדאן מקבל פנים צו זיין האד' מוויזניץ לרגל חנוכת הבית פון נייע ישיבה קטנה דחסידי וויזניץ
דינסטאג פ' שלח • כ''ד סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש תושבי לאנדאן בכלל, און חסידי וויזניץ בפרט, גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות צום געהויבענעם באזוך פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער וועט קומענדיגן זונטאג חקת אנקומען אויף א קורצן באזוך אין שטאט, לשמחת לב תושבי העיר. דער רבי שליט"א קומט צו פארן לרגל דעם מעמד "חנוכת הבית" פון דעם נייעם בנין הישיבה קטנה דחסידי וויזניץ, וואס איז אפגעקויפט געווארן מיט נאנט צו צוויי יאר צוריק אויף די מענאר גאס אין שטאט, פונקט קעגנאיבער דעם פראטפולן ב


ניחום אבלים ביי האחים האדמור"ים מראחמיסטריווקא על פטירת אמם הרבנית הצדיקת מראחמיסטריווקא ע"ה | בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' שלח • כ''ד סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


מעמד החומש סעודה פאר אריבער 120 חתני המקרא בליעה"ר אין מוסדות סאטמאר בארא פארק
מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לאנשטעווסקי נעכטן זונטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק צו באשיינען א די יערליכע מעמד החומש סעודה פון די תלמידי המוסדות אין שטאט, ביים אנקומען האט דער רבי באגריסט די רבנים אויפן אויבן אן, ובראשם גיסו הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א און הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א. דער רבי איז ענטפאנגען געווארן דורך די ילדי התשב"ר מיט שיינע חרוזים לכבוד המאורע און ניגונים פון לימוד התורה, ד


קאכעדיגע ריתחא דאורייתא צווישן רבנן ותלמידיהון אין לעיקוואד מיט'ן שר התורה מרן ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א
מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אלי קובין, דניאל נפוסי. הונדערטער גאוני לעיקוואד רבני ותלמידיהון האבן געהאט די זכי' מיטצולעבן זעלטענע שעה'ן פון ריתחא דאורייתא ופלפולא של תורה בראשות דעם אורח הדגול, שר התורה וממנהיגי עולם התורה בארה"ק, הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, וועלכער איז אצינד צוגאסט אין אמעריקע אין די ראמען פון די מסע הגדולים אויפצוטרייבן שטיצע פאר'ן "קרן עולם התורה". דער אייגנארטיגער מעמד ריתחא דאורייתא איז אפגעהאלטן


מאסן תושבי בני ברק מיטגעהאלטן שיינע רבישע חתונה בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק
מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר אין עיר התורה והחסידות בני ברק איז פארלאפענעם וואך געפראוועט געווארן די הערליכע רבישע חתונה, פונעם חתן א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, אייניקל פון בנו הגדול הגה"צ ר' אהרן קאהן שליט"א ראש ישיבת תולדות אברהם יצחק, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' משה נתן נטע לעמבערגער שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק מאקאווא אלעד זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' יוסף הירשמאן שליט"א, אייניקל פון כ"ק אדמ


אין לשכוח: האד' מוויזניץ פראוועט זעלטענעם שבת אין מושב באר יעקב אויסשליסליך מיט די זקני החסידים
מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער אין די סעריע פון שבתים וואס כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ווידמעט פאר די חסידים פון אלע יארגענג זקנים עם נערים, איז דעם פארלאפענעם שבת פ' בהעלותך ספעציעל געווען געווידמעט א שבת פאר די זקני החסידים בני שישים ולמעלה, ווען אויף אן ערשטמאליגן פארנעם איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן מיט זיי אויף א שבת קיין מושב באר יעקב וואס געפונט זיך נישט ווייט פון ראשון לציון. ערב שבת קודש, אין די נאכמיטאג שעות, איז דער רבי


וְאֶת עֲפָרָהּ יְחֹנֵנוּ: האד' מסערדאהעלי איז מתפלל ביי די מקומות הקדושים אין ארץ ישראל
זונטאג פ' שלח • כ''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש דורכאויס די לענגערע באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א אין ארצינו הקדושה האט דער רבי אויסגענוצט די געלעגנהייט צו מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים אין ירושלים ומחוצה לה. מיטוואך אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אנגעקומען בראש קהל חסידיו אויפ'ן הר המנוחות, צום עליה לקברה פון אמה של מלכות הרבנית הצדקנית מסאמבאטהעלי ע"ה, וואו די רבי שליט"א האט מיט טרערן אין די אויגן דערמאנט די מסירות נפש פון זיין מוטער וואס האט אים מיט די אייגענע הענ


צווייטער "סאטמארק" ביזנעס עקספאו אפגעראכטן מיט אויסטערלישע הצלחה
זונטאג פ' שלח • כ''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאדלאבערגער, שאט די דאט, משה קליין


האד' ממודזיץ ערשיינט אויף לענגערע באזוך אין אמעריקע לטובת "קרן עולם התורה דחסידי מודזיץ"
זונטאג פ' שלח • כ''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס ערווארטונג גרייטן זיך חסידי מודזיץ אין אמעריקע מקבל פנים צו זיין כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, וועלכער וועט אי"ה מארגן, מאנטאג שלח, ארויספארן אויף זיין ערשטן באזוך קיין אמעריקע לטובת דעם ניי-געגרינדעטן "קרן עולם התורה דחסידי מודזיץ", וועלכער איז אוועקגעשטעלט געווארן אין די יעצטיגע טעג צו פינאנצירן די ישיבות און כוללים בנשיאותו. די נסיעה קומט אין א צייט ווען די מוסדות התורה אין ארץ ישראל שטייען אונטער שווערע פינאנציעלע דרוק


נצא השדה: תומכי מוסדות תולדות אהרן וועלן מיטלעבן זעלטענעם "שבת מיט'ן רבי'ן" אין מאד - אונגארן
פרייטאג פ' בהעלותך • כ' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א זעלטענעם שריט וועט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א פראווענען א גרויסער שבת וויילנדיג אויף אפרו אין מאד אונגארן, מאכנדיג דערמיט אן אויסנאם לכבודם פון די נדיבים בעם וועלכע לאזן זיך קאסטן פאר די מוסדות הקדושים דחסידי תולדות אהרן. אין די טעג ווען ער ווערט געלאזט אין גאנג די מגבית "השפע" לטובת מוסדות תולדות אהרן בארה"ק, האט דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט רצון קדשו און איינגעוויליגט צו מעריך זיין א שבת אינאיינעם מיט די תומכי המוסדו


בהוראת המשגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א: נאמען "חזקיהו" צוגעגעבן פאר המקובל רבי דב קוק שליט"א לרפו"ש
פרייטאג פ' בהעלותך • כ' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין ליכט פון די שווערע געזונט צושטאנד פון המקובל, הגאון רבי דב הכהן קוק שליט"א, איז נעכטן באשלאסן געווארן מוסיף צו זיין א נאמען פאר'ן רב שליט"א אלס סגולה לרפואה ואריכות ימים מיטן אויבערשטנס הילף. דער באשלוס איז געקומען נאך אן אסיפה דורך די קינדער און נאנטע תלמידים, וועלכע האבן זיך דורכגעשמועסט איבער די סגולה צו טוישן אדער צוגעבן א נאמען, ווי חז"ל זאכן אין מסכת ראש השנה אז "שינוי השם" איז איינע פון די זאכן וואס צורייסן דעם גזר


התורה אשר שם משה: פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך מיט קלארע פסק הלכה איבער באנייע שערוריה פון "בראקל עופות"
דאנערשטאג פ' בהעלותך • י''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע וואכן איז די עולם התורה וההלכה פון פריש ערוועקט געווארן אין די פארוויקלטע שערוריה פון די "בראקל עופות", ווען עס זענען אויפגעקומען פרישע ידיעות איבער די ביז יעצטיגע מסורה'דיגע עופות, און עס האט זיך געשאפן א פרישע הלכה'דיגע טומל און פארזוך אריינצוברענגען די בראקל עוף. אין די לעצטערע טעג איז ארויף במעונו פונעם פוסק הדור מרן הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, הגאון רבי שלמה ידידיה זעפראני אב


הונדערטער חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן שמחת החתונה בחצרות מודזיץ – אפאלע – שאץ – בישטינא – מעליץ
דאנערשטאג פ' בהעלותך • י''ט סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר הונדערטער חסידים ואנשי מעשה האבן דעם אנהייב וואך מיטגעהאלטן די גרויסארטיגע שמחה בבית צדיקים, אין די הויפן מודזיץ – אפאלע – שאץ – בישטינא – מעליץ, וואס איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר אינעם גרויסן אודיטוריום אין רמת אלחנן, בני ברק. עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, א זון פון זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מאפאלע שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' אברהם


bottom of page
