אין לשכוח: האד' מוויזניץ פראוועט זעלטענעם שבת אין מושב באר יעקב אויסשליסליך מיט די זקני החסידים
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 3 דקות
מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער
אין די סעריע פון שבתים וואס כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ווידמעט פאר די חסידים פון אלע יארגענג זקנים עם נערים, איז דעם פארלאפענעם שבת פ' בהעלותך ספעציעל געווען געווידמעט א שבת פאר די זקני החסידים בני שישים ולמעלה, ווען אויף אן ערשטמאליגן פארנעם איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן מיט זיי אויף א שבת קיין מושב באר יעקב וואס געפונט זיך נישט ווייט פון ראשון לציון.
ערב שבת קודש, אין די נאכמיטאג שעות, איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א תפילה אינעם אהל הק' פון אדמור"י בית וויזניץ, און ווי דער רבי האט שפעטער עטליכע מאל במשך שבת אונטערגעשטראכן, אז ער האט "איינגעלאדנט" די אבות הקדושים זיך משתתף צו זיין אין דעם געהויבענעם שבת.
בכניסת השבת איז פארגעקומען דער מעמד "סיום ספר ובו תדבק", נאכדעם וואס די זקני החסידים וועלכע האבן זיך באטייליגט אינעם שבת, האבן צוזאמען מסיים געווען אלע דריי בענדער פונעם ספר "ובו תדבק" בגודל מעלת התדבקות לצדיקים בדרכו ובמשנתו פונעם רבי'ן שליט"א.
ביי די מעמד האבן עטליכע פון די משתתפי השבת אויסגעדריקט זייערע הרגשים און געזינגען חרוזין, איבער די געוואלדיגע זכי' צו פראווענען א שבת כשהמלך במסיבו.
דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד הדלקת נרות שבת, וואו דער רבי האט גערעדט צו די נשים צדקניות בגודל השעה, און געבעטן אז מען זאל זיך אויסוויינען אויף ערליכע דורות, געזונט, שידוכים, פרנסה און קענען בס"ד ענדיגן דעם מרכז העולמי ישועות משה על תילה בנוי'.
דערנאך האט די קאפעליע געזונגען ניגוני התעוררות, צווישן זיי "קה אכסוף" ארויפגעלייגט די ווערטער "ויהיו רחמיך מתגוללים" און "ויהיו זרעי וזרע זרעי", ווען דאס התעוררות איז געווען אומבאשרייבליך, און קיין אויג איז נישט געבליבן טרוקן.
במשך אלע תפלות און טישן האבן די זקני החסידים זיך איינגעטיילט די זכותים משמש צו זיין דעם רבי'ן און ווי אויך אלע שיינע כיבודים ביי די זמירות און ברכת המזון האט דער רבי פארטיילט פאר די עלטערע אידן.
נאך מנחה האט דער רבי שליט"א גערעדט איבערן ציל פון דעם שבת, און געבעטן אז מען זאל במשך שבת אויפברענגען און צונויפשמועסן זכרונות פונעם רבי'ן דער ישועות משה זי"ע.
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' ישראל גרינבערגער שליט"א דומ"ץ וויזניץ אלעד. נאכן דאווענען האט מען געזונגען "שלום עליכם", "מודה אני" און "אשת חיל", און מען איז אריבער וואונטשן א גוט שבת.
שפעטער ארום 11 אזייגער נאכן פראווענען א דערהויבענעם סעודת שבת בצוותא חדא, איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום שולחן הטהור. דורכאויס דעם טיש האט מען געזונגען פארשידענע אלטע ניגונים וואס מען פלעג זינגען ביים ישועות משה און נאך פריער, און ספעציעלע יידישע ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן לכבוד דעם שבת, ווען בין גברא לגברא האט דער רבי פארציילט זכרונות הוד קדומים כמעין המתגבר.
ביים שטעלן וויין פארן תורה, האט די רבי דערמאנט די יאהרצייטן פון די זיידע און באבע פון דעעש און דערמאנט די טרויריגע יארצייטן פון די אונגארישע אידן וועלכע זענען אוועקגעפירט געווארן קיין אושוויץ אין די וואכן פון חודש סיון. דער רבי האט אויך דערמאנט די זקני החסידים וועלכע זענען נעדר געווארן אין די לעצטע יארן.
ביים פירות טיש האט די רבי שליט"א געבעטן פון די משתתפי השבת מיטצוטיילן פון זייערע זכרונות, און מוסיף געווען מדיליה. דערנאך האט דער רבי פארטיילט פירות פאר'ן גאנצן ציבור. און דער טיש איז געקומען צו אן ענדע נאך גאנצע פינף שעה.
שבת אינדערפרי איז די רבי שליט"א אריינגעקומען אין בית המדרש, פארגעזאגט תהילים און ברכות, און ביים ליינען עולה געווען שישי. ביים "מי שברך" האט דער רבי געשאנאדערט $500 פאר דער נייער ארגאניזאציע "לב וויזניץ הזקנים" וואס איז געגרינדעט געווארן ביי דעם שבת, א שטייגער ווי די חבורות לב וויזניץ פאר בעלי בתים און אינגעלייט.
ביים מיטאג טיש האט דער רבי שליט"א פארטיילט שיריים פאר די עסקנים פונעם שבת, און באזונדער אויסגעלויבט די אברכי הכולל וועלכער האבן אריינגעלייגט גרויסע כוחות להצלחת השבת.
מען האט ווייטער געזונגען אלטע און נייע ניגונים כמעהשו ברשאונה, און די רבי שליט"א האט ארומגעשמועסט מיט די חסידים ילידי און תושבי אייראפע איבער די שיינע זמנים וואס דער ישועות משה האט געוויילט אין שווייץ דורכאויס די זומער חדשים.
ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א גערעדט איבער "קדושת הרשות", און געזאגט אז ביי עלטערע אידן איז דאס נוגע אין דעם "זיך נישט נאכלאזן" און בלייבן פריש און לעבעדיג. ער האט מסיים געווען בברת קדשו אז מען זאל קענען מיטנעמען פון דעם שבת חיזוק אויף ווייטער צו לאנגע געזונטע יארן.
נאך הבדלה האט דער רבי שליט"א ווייטער גערעדט איבערן ציל פונעם שבת, און מודיע געווען איבער די גרינדונג פון דער נייער ארגאניזאציע "לב וויזניץ הזקנים" ווי פריער דערמאנט.

















































דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין קדישין, ווען די רבי שליט"א איז געטאנצן מיט די זקני החסידים יעדער באזונדער.
נאך קידוש לבנה האבן אלע משתתפים זוכה געווען אריינצוגיין בקודש פנימה להפקד בדבר ישועה ורחמים. דער רבי שליט"א האט פארטיילט פאר יעדן דעם ספר "ובו תדבק", און פאר די נשים הצדקניות – א ספר תהילים.

